שוין ווידער: כשר בהכשר הבג"ץ!
צום וויפילטן מאל שטעלט זיך ארויס אז די רבנות הראשית אין אר"י איז גארנישט ווערט, און זייערע "הכשרים" און "פסקים" באלאנגען צום ציוני'סטישן בג"ץ, וואס טיילט זיי פונקטליך אן וואס איז יא אדער נישט "כשר".
היי יאר האט די רבנות באשלאסן אז וועלכער רב מטעם ס'וויל וועט זיך נישט מוזן פארלאזן אויפן טרויעריג בארימטן א.ג. "היתר מכירה" וואס הרב קוק ימ"ש האט אויסגעטראפן צו מאכן גראב ליצנות פון די גאנצע הייליגע מצוה. היינט האט דער בג"ץ באשלאסן אז א רב וואס וועט נישט געבן קיין הכשר פאר פירות מיט א "היתר מכירה" וועט ווערן אפגעזאגט פון זיין פאסטן, און געהייסן די רבנות אז זיי מוזן ווייטער געבן הכשרים קעגן זייער אייגענעם באשלוס!
http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-3463427,00.html
|
|