בית פורומים כל העולם כולו

חבר הכנסת שיין אויפגענומען אין טענקא ביהמ"ד אין בארא פארק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/10/2007 19:56 לינק ישיר 
חבר הכנסת שיין אויפגענומען אין טענקא ביהמ"ד אין בארא פארק

היינט צופרי האט שמעלקא האלפערט וועלכער איז א חבר הכנסת, באוקמען אן עליה אין טענקע ביהמ"ד אין בארא פארק. דורכן טענקער רב שליט"א.

איינער פון די מתפללים האט געפרעגט היתכן, האט אים דער טענקער געזאגט, איך מוז נישט נאכטאנצן אלעס וואס די סאטמארע ווילן.

מעגליך אז טענקער רב האט א גוטע פאינט, אבער פארוואס ביים עירוב פארשטייט ער נישט אז אנדערע האבן דעם זעלבן פאינט?




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/10/2007 05:06 לינק ישיר 

ווער איז טענקא רב?
נאמען ביטע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/10/2007 06:04 לינק ישיר 

פרידמאן



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-30/10/2007 16:35 לינק ישיר 

נישט געפערליך ער איז יעדן מכבד.
דער סטעטמענט איז אבער איבריג.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/11/2007 09:34 לינק ישיר 

טענקער רב איז א פיינער איד ער איז טאקע מכבד יעדען . אפילו די רבנים וואס האבען צו טון מיטן עירוב. ער איז אפילו א מחותן מיטן קארלסבורגער רב שליט"א פון די הויפט שטיצערס פונעם עירוב

דער אלטער טענקער רב ז"ל האט אויך יעדען מכבד געווען. חאטשיג ער איז געווען א תלמיד פון מרנא ורבנא בעל עצי חיים זי"ע האט ער מיט די סאטמארע קנאות גארנישט איינגעלייגט. אדרבה סאטמאר האט אין די אמאליגע צייטן מרחק געווען זיינע הכשרים כידוע ואכמ"ל. . ער האט טאקע עטליכע אייניקלעך סאטמארע אבער דאס האט נישט צו טאן מיט עהם אליין.


קעגען עירוב זענען זיי נארדערקעגן  וועגען הרב ביק ז"ל. וואס האט געהאלטן אינגאצען פון הגאון ר"מ פיינשטיין ז"ל אלץ פוסק הדור פון אלע יארן ווען הרב ביק האט נאך געוואינט אין בראנקס.
און כידוע האט רבי משה פיינשטיין ז"ל געהאלטן וויא רוב ליטטוואקען כשיטת המשכנות יעקב אז מען זאל חושש זיין אויף א רשות הרבים דאורייתא נישט וויא דער בית אפרים.

אבער דאס אלעס האט נישט צו טאן מיט די משוגעים וואס שרייען נאך און באפאלען מענטשען וויא חיות טורפות.   און ביי דעם ענין פון הרב לייטנער ז"ל פארשטייען זיי יא אז חאטש דער ברך משה ז"ל האט זייער שטארק געהאלטן פונעם פובליק סקול. און ער הרב לייטנער ז"ל האט קלאר געהאלטן אז דאס איז עבודה זרה ממש. אזוי וויא ער האט בפירוש געזאגט אין זיין ערשטע דרשה קעגן פובליק סקול. בעפאר דער ברך משה האט אפילו גערעדט א ווארט וועגן עהם.
 האט ער געזאגט
אז אינדערהיים האט מען חאגע דורכגעפירט א יוזל אויף דיא גאסן  און דער עולם האט געציטערט צו זאגען א ווארט . דאהי אויך מען נעמט א געטשקע און ער זאגט אז מען מעג פובליק סקול און יעדער ציטערט. דעמאלס האט ער געשריגען. אז ער האט נישט מורא . אפילו מען וועט שיקען פייער לעשער וכדומה.

דאך האט געמעגט דעם ברך משה'ס זון גיין מספיד זיין איינעם וואס האט אזוי געזאגט אויף זיין טאטען ווייל מר אמר חדא ומר אמר חדא.
נאר ביי דעם עירוב פארשטייען נישט די שקצים  אז עס דא איז דא צוויי דעות . איינער האלט אזוי און דער צוווייטער אנדערש כך הוא דרכה של תורה..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/11/2007 16:42 לינק ישיר 

עבד עברי,

איך זעה ביסט נישט אזוי באקאנט מיט די פאקטען. די טענקא רב שרייט יא נאך מענטשען ווען ער זעהט זיי טראגען, (איך ווייס נישט אויב היינט נאך אלץ אבער אנפאנג פלעגט ער זיכער) און כידוע האט ער געפרעשורט עטליכע רבנים און וויליאמסבורג מיט וועם ער האט א שייכות אז זיי זאלען אינטערשרייבען קעגען דעם עירוב און אויך זענען עטליכע פון זיינע קינדער פון די גרויסע אנפירערס אין די מערכה קעגן עירוב.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/11/2007 17:06 לינק ישיר 

יכול,

דער עבד איז אבסעסט מיט סאטמאר ער פירט א מלחמה מיט רבינו יואל מיטן ברך משה און מיט
להבדל לחיים טובים רז"ל
דאס גייט שוין אהן א לאנגע צייט
צו אויפדעקען שמוץ מיט שקרים וכזבים אויפן דברי יואל ז"ל

אין יעדעס מאהל מיט א פריש זעקעל מיט שקרים
און אלעמאהל מיט א קוגעל כאילו רז"ל איז שולדיג דערויף

ער האט גארנישט געמיינט נאר זיין נארישער אבסעשאן
פרעג עם ווי רז"ל הספד קומט אריין אין טענקע
וואס האט שערי חמלה מיט עירוב
נאר די שנאה צו סאטמאר און זיין אבסעשאן לאזט עם נישט מנוחה און איבעראל מוז ער דאס אריינהאקען

וויאזוי פלעגט דער דברי יואל זאגען "זיי האבען פיינט דאס מין"




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/11/2007 18:06 לינק ישיר 

ווערביןאיך

די האסט פונקט אזוי פיינט סאטמאר ווי עבד עברי
עבדעברי איז נאר א בעל אמת
און די וויבאלד א רבי לעבט שוין נישט אדער כמעט ווי ער לעבט שוין נישט ווערט מען זיין חסיד צו קענען בעסער האקען אויף סאטמאר

אבער חוץ פון דעם דעם זענט עטץ ביידע די זעלבע שונאים פאר סאטמאר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/11/2007 19:23 לינק ישיר 

עבדעברי

די מאכטס א גרויסע טעות
ר משה פיינשטיין האט נישט אנגענומען דעם משכנות יעקב, על כל פנים נישט אויף דעם באזיצט ער זיינע תשובות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/11/2007 20:51 לינק ישיר 

צו דעם שרייבער יכול.

אין הכי נמי אז טענקער רב פלעגט אנפאנג אפשר נאכשרייען די באנוצערס פון עירוב אבער אין אמתן .  גאנץ אנפאנג פלעגט א גרויסער עולם נאכשרייען . ווייל זיי האבען זיך איינגערעדט אז דער עולם וועט זיך דערשרעקן פון זייער טעראר און דורך דעם וועלן זיי בכח הטעראר מבטל זיין דעם עירוב.

(און עס וועט אויך מקויים ווערן "אז די עושי העירוב וועלן חרטה האבען" וד"ל. ) רבו של ווערבינאיך

אבער דערווייל נצח ישראל לא ישקר ולא יכזב.  נצחיות ישראל לאכט זיך אויס פון די משוגעים וואס זענען פוחת והולך . און די וואס טראגן לאכען זיך שוין היינט אויס פון די פאר מטורפים כידוע.
זיי זענען דומה צו א הינט וואס בילט און בייסט נישט ב"ה.


עס איז דא א יוד " ר' אייזיק געשטעטנער נ"י" ער האט א האט ליין מיטן נומבער 2124618811

ער איז מסביר אז אין סאטמאר איז איינגעפירט מימים ימימה אז דער וואס זאגט אנדערש . מאכט מען עהם פאר א אפיקורס.   און טאמער מען קען עהם נישט מאכן פאר אפיקורס מאיזה סיבה שהיא ווייל די גאס קויפט דאס נישט .   שרייט מען ער איז א "שונא"   א "שונא"
למשל הגה"ק מקאשוי זי"ע . וכדומה.

עס איז דא א ווארט פון רבין זי"ע אברהם אבינו האט געזאגט צו לוט. "אם  השמאל"  טאמער דו וועסט זיין א לינקער "ואימינה" וועל איך זיין דער רעכטער.  ואם הימין טאמער דו וועסט זיין א רעכטער. דאס הייסט דו וועסט זיין דער פרומער. שרייען "חלב" איסור קעגן פובליק סקול וכדומה.  דעמאלס "ואשמאילה" וועל איך דיך מאכן פאר א לינקער .
היינט האט מען א ביסעל משנה געווען דאס ווארט אזוי.
ואם  הימין טאמער דו וועסט זיין א רעכטער. דעמאלס "ואשמאילה" וועל איך "אויפווייזן" אז דו ביסט גאר א לינקער.

אז איינער פירט א מערכה קעגען די פארטיי פון רז"ל פאר מעשי טעראר און מעשים אשר לא יעשו. . דעמאלס ווערט ער א שונא ביי די פארטיי.   און נישט נאר זאגט מען אז ער איז שונא פאר רז"ל נאר ער ווערט א שונא סיי פארן ברך משה זי"ע און אויך פאר רבינו הגדול והקדוש בעל דברי יואל זי"ע. און פארשטייט זיך אויך פארן מלך מלכי המלכים הקב"ה ברוך הוא וברוך שמו.


צו "ווערבינאיך"

איך דעק אויף שמוץ?   און ווער האט געמאכט די שמוץ און זיי צוגעדעקט.

וועלכע מעשה איז שקרים וכזבים . אדרבה לאמיר הערן . לכו נא ונוכחה. נישט סתם זאגן שקר אז די אמתע מעשיות זענען שקרים וכזבים.


וואס האט שערי חמלה מיטן עירוב??     יא! די זעלבע חברה וואס האקן אויף שערי חמלה. ווייל זיי ווילען מבזה זיין דעם ברך משה זי"ע בפרט און סאטמאר בכלל. (מיטן זאגן אויפן ברך משה זי"ע א "נוקם ונוטר"  און אז א גלעזל קאווע וואלט ער נישט אוועקגעגעבן פארן אייבישטן " (דער רבי פון ווערבינאיך" ).
די זעלבע טעראריסטן מאכן זיך וויכטיג צו האקן אויפן עירוב.

און רוב פון די טעראריסטן מיינען גארנישט דעם עירוב . זיי מיינען נאר מורינו הר"א מסאטמאר. און רוב פון זיי מיינען בכלל די גאנצע גזע פון ברך משה זיי נוצען נאר רז"ל יעצט פאר זייער אינטערעס לנגח בהם את החרדים. אזוי וויא הגאון מוואודרידזש האט מסביר געווען. יכה יוסי את יוסי. מיניה ובי' אבא ליזיל בי נרגא. . דער שטעקען וואס קומט פון דעם וואלד זאל אליין אויסהאקען די ביימער פון זיין אייגענעם וואלד פון וויא ער איז געקומען.   .

אזוי וויא להבדיל די נאציס ימ"ש האבען זיך געפרייט ווען די אייגענע קאפאס מאחינו בני ישראל האבען אליין געשלאגען זיייערע ברודער די יודען.

אזוי שטייען די ריכטיגע שונאי סאטמאר און קוועלען וויא סאטמאר מאכט פון זיך אליין חוזק.
דער טאטע האט געאסערט די בני יואל בכתב. און זיין אייגענער זוןן מאכט פון זיינע ווערטער ליצנות.


קויפטס דעם ספר מלחמת חובה . און קוקט די דרשות וואס הרא"ל ז"ל האט געזאגט קעגן דעם ברך משה אזוי וויא איך האב אויבן געברענגט. און נאכדעם זאגט אליין צו איר וואלט געוואלט אז ענקערע קינדער זאלן זיך קושען מיט ענקערע שונאים.
איך הייס נישט אנהאלטן מחלוקת אבער פון אנהאלטן ביז גיין מבזה זיין דעם טאטענס ווערטער לעיני כל ישראל. . ווייזט עס קלאר אז ביי עהם און ביי זיין פארטיי איז דער גאנצער ברך משה מיט זיינע ווערטער א געלעכטער.
ווייס מען דאך שוין נישט וואס מארגען וועט זיין.  אפשר וועט מארגען ווערן אנדערע שונאים און מען וועט ווייטער שרייען און פארפירן קעגן די נייע אזויגערופענע שונאים .  און נאכדעם וועט קומען דער דור שלישי און ווייטער צוריקדרייען און מאכען פון שונאים גוטע פריינט.
נישט בחינם האט דער הייליגער רמב"ם געשטעלט פון די יסודות האמונה. אני מאמין שזאת התורה לא תהא מוחלפת ולא תהא תורה אחרת.  ווייל טאמער עס קען זיך טוישן די תורה ח"ו אבער טאמער עס וועט זיין א צווייטע תורה ח"ו קען מען דאך נישט וויסן . וואס היינט איז שונאים איז מארגן פריינט.  וואס היינט איז כשר איז מארגן טריפה רח"ל.
עס איז דא א תשובה אין נודע ביהודא וועגען די חסידים וואס זאגן לשם יחוד בעפאר א מצוה. פירט ער אויס.  צדיקים ילכו בם " וחסידים"   יכשלו בם "אנשטאט ופושעים יכשלו בם"  .

האט איינער א נועם המדות דאס איבערגעדרוקט און געשריבען נארמאל "ופושעים יכשלו בם"  אזוי וויא עס שטייט טאקע אין פסוק נישט אזוי וויא דער נוב"י האט געשריבן.
האט דער נוב"י געזאגט . דער שוטה וואס ער איז . איך האב געמאכט פון "פושעים" "חסידים" און ער גייט און מאכט פון "חסידים" פושעים" .

מען איז מהפך הקערה על פיה נישט מען ווערט שלום מיט יעדען. נאר  די אמאליגע גוטע פריינט מאכט מען זיי פאר שונאים. און מיט אמאליגע שונאים מאכט מען לפנים גוטע פריינט.

און וועגן די שנאה צו מורינו מהר"א שליט"א. צוקריגט מען זיך מיט די האלבע שטאט. און מען מאכט סאטמאר פאר א טעראר גרופע און דעם רבין זי"ע פארשעמט מען.

  נאר דער וואס דעקט אויף די באהאלטענע שמוץ. דער איז א "שונא"   און דער וואס לאזט פארשעמען סאטמאר דער איז א גוטער פריינט.
עד כאן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/11/2007 21:00 לינק ישיר 

מענין לענין באותו ענין ...  דאס האב איך באקומען אין אישי בזה"ל.


מחאות, טעראר

איך זעה ווי די ביסט כסדר ביזי צו בא שולדיגען ר' זלמן לייב אז ער איז שולדיג וואס זיינע מענטשען טוהען.

איך וויל דא ארוס ברענגען עטליכע פאקטען,אז די זאלסט זעהן אז די לעבסט אין א טעות.

די אליינס ברעגסט א מעשה מיטען רבין זי"ע, ווען ער האט געוואלט גיין צו א בית אבל,אין מען האט עם געזאגט אז דער
קלוזענבורגער איז דארט,אין ער האט נישט געוואלט אריין גיין, אין זיינע מענטשען האבען בלאקירט דעם קלוזענבורגער'ס

קאר,אין מען האט  דארטען טערארזירט.
אבער דארטען טוהסטו נישט באשולדיגען דעם רבין זי"ע,אז ער איז שולדיג וואס זיינע מענטשען האבען דאמאלס געהטון.

לאמיר זיך פאר שטעלען, אז היינט נאכט גייט ר' זלמן לייב צו א חתונה אין מען זאגט עם אז זיין ברודער אהרן איז דארט,
אין פאר שטייט זיך אז ר' זלמן לייב גייט צוריק א היים, אבער זיינע מענטשען ווארטען אז אהרן זאל ארוס גיין, אין ווי ער
קומט א רוס, הייבט זיך א געשרייעכץ, אהרן שייגעץ,מסור,וכו', א ריכטיגע  טעראר,  די וואלסט גראד בא שולדיגט ר' זלמן לייב
אז ער האט זיי געהייסען שרייען, אדער ווייל ער זאגט גאר נישט, איז א סימן אז ער האלט פין דעם טעראר.
אבער ביי דעם אובען דער מאנטע מעשה מיטען קלוזענבורגער, דארטען האסטו פאר שטאנען אז דע רבי זי"ע איז
גאר נישט שולדיג וואס זיינע מענטשען טיהען
איך האב יעצט נישט קיין צייט ממשיך צו זיין, אי"ה מארגען  וועל אי"ה ממשיך צו זיין




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/11/2007 21:02 לינק ישיר 

און דאס האב איך עהם גענטפערט

השב: מחאות, טעראר

לא ידעתי אכנהו . וואס איז דיר שווער ידידי . צו פארוואס איך באשולדיג נישט רבינו הקדוש גאון עוזינו נזר תפארתינו רבן של כל ישראל מרן זי"ע.  אדער צו פארוואס איך באשולדיג יא רז"ל מסאטמאר שליט"א

דער רבי זי"ע האט קיינמאל נישט געהייסן ח"ו טעראריזירען דעם קלויזענבורגער. חאטשיג ער האט בשום אופן נישט געוואלט אז איינער פון אונזערע אנ"ש זאלן אהינגיין צו עהם בכלל. אפילו בעפאר ער האט אויפגענומען בן גוריון.   אבער איין זאך פארגעס נישט אז די מעשה איז געשען נאכדעם ווען ער האט שוין געהאט אויפגענומען בן גוריון.  און מען האט דאס אלעס געטון מדעת עצמינו און קיינער האט אונדז נישט געשטערט . מען האט נאר שטילערהייט (נישט אפען) צוגעהאלפן 

אדרבה ביי אונדז איז די קשיא געווען געוואלדיג אז די בני הרבי מלאנצוט וואס זיי זענען געווען בכלומערשט סאטמארע חסידים  האבן אויפגענומען דעם קלויזענבורגער. אונדז האבען מיר געמיינט אז דער רבי זי"ע וועט שוין צו זיי בכלל נישט גיין מער מנ"א זיין. אבל לא כן הי' דעת קדשו.

אבער דא האט מען געהייסן אפען ברבים טעראיזירען די יודען וואס פאלגן די אנדערע גדולי הדור. און עס שטייט קלאר אין איד כמה פעמים. (דעמאלס איז אין איד קיינמאל נישט געשטאנען געמאלדן בכלל דאס ווארט קלויזענבורג. )

והשנית.  וואס איז די חילוק פון תיובתא צו קשיא.    קשיא איז נישט געפערליך ווייל יעדע קשיא האט א תירוץ. אבער תיובתא איז טייטש אז דער אמורא איז אפגעפרעגט מיט זיין דעה.

ביי א אדם גדול א צדיק אמת וויא דער רבי זי"ע אפילו עס איז דא ח"ו א קשיא איז עס נישט מער וויא א קשיא. אבער ער בלייבט א אדם גדול. אבער ביי אזוי איינעם וויא רז"ל וכדומה טאמער ער לאזט טעראריזירען . איז דא אויף עהם א תיובתא און ער איז אפגעפרעגט כמובן.

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/11/2007 21:04 לינק ישיר 

און דאס האט ער נאכדעם גענטפערט

"שונא" "שונא" שונא"

פין דיין תשובה זעה איך

אז די האסט סתם א שנאה צו ר' זלמן לייב.

איך האב געהאט א סאך צו שרייבען ,אבער אזו ווי איך זעה פין דיין לעצטע תגובה, האסטו עפעס א פרעזענליכע נגיעה א

קעגען ר' זלמן לייב, במילא איז מיר נישט נוגע אוף יעצט ממשיך צו זיין


"שונא" "שונא" "שונא"




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/11/2007 21:34 לינק ישיר 

עבד עברי,

אפשר זאגסטו וואס איז דאס דער ספר מלחמת חובה? איז דאס ארויסגעקומען ביי די סקול דיסטריקט פרשה? און ווי קען מען דאס קויפן?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/11/2007 23:06 לינק ישיר 

עבד,
אויפן שפיץ גאפעל נאדיר

11/28/06
סאטמארער רבי זי"ע האט נאר געלאזט רודפן די מהרסי הדת . וויא די קלויזענבורגער. אדער בעלזער וואס זענען אוועק פונעם אלטן דרך . אדער די ליובאוויטשער וואס זענען אווער פון דרך המהרש"ב . אדער די באסטאנער ציוניסטן וכדומה . נישט פאר זיין אינטערעס נאר פאר כבוד שמים "וובתקוממיך אתקוטט'(תהלים קלט) למשל די רבנים וואס שטעלען אויף אן עירוב קעגען דעת הקהל
אבער די איבריגע האבען זיך געשלאגען פאר זייער אייגענע כבוד אבער פאר זייער געלט וד"ל ואין להאריך

11.28.06
חוץ דעם וואס מיינט דען א אונטערשריפט אז עס איז דא קול קורא קעגען דעם הייליגען רבי הערשעלע ספינקערס פאטער זי"ע וואס אלע געצווינגענע רבנים האבן געשריבען אויף עהם "אביש שייגעץ" רח"ל הרה"ק רבי אביש מקראלי זי"ע  זעהט מען דאך וואס זייערס א קול קורא מיינט וד"ל
אפשר קענסטו ברענקען א קאפי פון א קול קורא פון רבנים ווי עס שטייט אביש שייגעץ?

 7/12/06
וואס יעדען טאג אין חדר . איז אריינננגעקומען הרב א.ד. (ער לעבט שוין נישט עטליכע יאר . און אלע יונגלעך האבען זיך געמוזט אויפשטעלען  מלא קומתם אזוי וויא ביי קדושה "קדוש קדוש" און ער האט פארגעזאגט מיט פארמאכטע אויגן. " דער קלאצענבארגער גלח זלמן לייב האלבערשטאם ימ"ש וזכרו אמן" און אלע יונגלעך האבען נאכגעשריגען בקול גדול די זעלבע ווערטער. אזוי איז ער געגאנגן מחדר לחדר.

א שקר גס אין דעם שקר האלטסטו אין איין איבערחזרן

 12/31/06
איך האב געשריבען אין א צווייטן פורום אז איך האב געהערט פון א אלטן בעלזער חסיד נ"י. אז ווען כ"ק מרן רבה"ק מסאטמאר זי"ע איז ארויסגעקומען פונעם צימער פון כ"ק הגה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע האט דער בעלזער רב זי"ע אויפגעהויבן זיינע הייליגע צוויי הענט צום הימעל און געזאגט ברוח קדשו "נעבעך א רחמנות אויף זיינע חסידים"
ווידער א פרעכער שקר אין דעם שקר האלטסטו אין איין איבערחזרן

ביזט א פאלנער שקרן קומסט מיט מאמרי חז"ל אלעס צו פארטושען דעם עולם 
אין אלעמאהל מיט פרישע געבעקסען

רז"ל האט נישט מיטן עירוב
רב ביק האט געהאלטן רשות הרבים דאוריתא נישט מטעם ר' משה
ער האט גארנישט געהאט מיט ר' משה און די בראנקס
טענקער רב האלט רשות הרבים דאוריתא
 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/11/2007 23:19 לינק ישיר 

מלחמת חובה איז איינער פון די צענדליגע קונטרסים וואס זענען ארויסגעקומען בימים ההם קעגן ברך משה זי"ע דורך די אזוי גערופענע סאטמארע וואס האבען גערודפט יעדען רבין און יעדען ערליכען איד. סיי בחיי רבה"ק זי"ע און אוודאי תיכף לאחר הסתלקותו האבען זיי לוחם געווען מיט נעגל און ציין קעגן דעם התמנות פון רבינו בעל ברך משה זי"ע.

און יעצט זענען רוב פון זיי לוחם קעגען מורינו מהר"א

עטליכע פון זיי האבען זיך איינגערעדט אז לאחר הסתלקותו פון רבה"ק זי"ע וועלן זיי ווערן סאטמארער רבי ווייל זיי זענען א סאך ערליכער און חשובער וויא דער ברך משה.  און בפרט האבען זיי אמתדיג געגלייבט אז סאטמאר האט פיינט אלע רעביס. און סאטמאר אנערקענט נישט קיין גזע.

אבער זיי זענען געווארן זייער ביטער אנטוישט האבען זיי אויסגעלאזט זייער כעס קעגן רבין דעם ברך משה זי"ע ולהבחל"ח בנו מהר"א שליט"א וואס פלעגט זיך כסדר אהנעמען פאר עהם..
די אלע קרעמלעך .וואס הרב ל. ז"ל רעכענט אויס אין זיינע דרשות וז"ל
צו ער קלערט אז ער קען איבערדרייען סאטמאר וואס באשטייט פון צענדליגע טויזענטער אידען  האט איך גענטפערט ניין!!!
איך האב נישט קיין שום הוה אמינא בעולם נישט. ... דער גרויסער ציבור וועט ווייטער עקזעסטירן . נאר אזופיל... מוועט זיך קענען צוזאמענעמען אפאר הונדערט יידן ...נטע שורק.  בעקבי הצאן..בני יואל..בנין דוד..קאשוי..אפשר נאך מוסדות וואס איך האב פארגעסען (יאוואזשנא)
(מלחמת חובה דף ס"ה עכ"ל.

די אלע זענען בלוט שונאים פאר סאטמאר

יעדער ווייס אז הרב אילאוויטש פון קאשוי וואס פייערט אויף די גאסען קעגען עירוב פלעגט חוזק מאכען סוף ימיו פון רבה"ק רשכבה"ג זי"ע
אין קאשוי האט מען נישט אריינגעלאזט פארן צו כ"א כסלו יום הנס והצלת כלל ישראל בחדוות רבינו הקדוש זי"ע

עס איז נאך דא די צעטלעך .

עד כאן
יעצט נעמען זיי זיך אהן פארן כבוד פון רבין זי"ע


און וועגען דעם טענקער וואס איך האב געשריבן. ער מאכט טאקע א געשפעט פון סאטמאר מיטן אויפנעמען די חברי הכנסת און געבען זיי עליות און כבוד
אבער דא אין וויליאמסבורג ווען ער האט געהאלטן די רעדע קעגן עירוב. האט ער נישט ערווענט וועגען הרב ביק זיין שווער אדער הגאון ר"מ פיינשטיין זי"ע. ער האט נאר געבילט אין נאמען פון זיך אהנעמען מכלומערשט פארן רבינס כבוד . נו! וויא איז דער כבוד פון רבין זי"ע ביים מכבד זיין איינער פון די עובדי עבודה זרה . יושבי בכנסת המינים הטמא. וואס דער רבי ברענגט להלכה די גמרא אין שבת אז "אפילו רודפין אחריו להרגו ענדערש יכנס לבית עבודה זרה ואל יכנס בכנסת המינים" מען איז זיך מחוייב צו לאזן הארגענען בפועל ממש וויא ענדערש אריננצוגיין בבית כנסת המינים.  נישט אזוי וויא איינער וואס גייט אריין דארט בלי כפייה נאר בשאט נפש . און אזא איינעם איז ער מכבד און דא קומט ער זיך אהנעמען פארן רבינס כבוד פאר די שוטים ותמימי לב  ע"כ

די קונטרס "מלחמת חובה" איז געבינדן מיט הארטע דעקלעך וויא א ספר.
חוץ דעם וואס עס איז זעקת בני ישראל על הפובליק סקול בקרית יואל . גם קצת בענין בזיון תלמידי חכמים גדולי הדור שנתבזו באופו מבהיל אשר כמוהו לא נהייתה במחנה היראים ברוקלין נ. י. מנחם אב תשנ"ה

להשיג הספר קאנג. ת. י. פאסט אפיס 480 ברוקלין 11211

(אינטערסאנט אז דאס וואס דער איד און די זעלבע חברה זענען אין דעם קונטרס אליינס מבזה אלע גדולי הדור וויא דעם ברך משה זי"ע און אדמו"ר רבי משהלי מוויזניץ און אדמו"ר מבעלזא וכל גדולי ישראל שאינם נכנעים תחת סאטמאר . דאס טוט זיי גארנישט וויי)

אין דעם ספר איז אויך דא איסורים חריפים קעגן דעם צייטונג "דער איד" בפרט פון הר"א לייטנער ז"ל וואס ער איז עס דן ממש כספרים חיצונים.

דעם ספר קען מען באקומען ביי . הרב מרדכי וואלף וועבערמאן נ"י בן הגה"צ המפורסם רבי מאיר וועבערמאן אב"ד נתיבות עולם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > חבר הכנסת שיין אויפגענומען אין טענקא ביהמ"ד אין בארא פארק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext