בית פורומים כל העולם כולו

א נייער "יתד נאמן" מארגן קאמפעטישון

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/10/2007 05:20 לינק ישיר 
א נייער "יתד נאמן" מארגן קאמפעטישון

http://bh.hevre.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2303158



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/10/2007 13:47 לינק ישיר 

דאס איז די ערשטע זייט פון די נייע צייטונג. פאר ווער ס'ווייסט נישט, די צייטונג איז די לעצטע צייכן פון א ערנסטער 'טיילונג' און טיפער ריס אין די ליטווישע וועלט - מער ווייניגער איז עס אן אלטע מערכה צווישן די שטיצער פון הרב אלישיב און הרב שטיינמאן ווער עס איז דער 'ריכטיגער ממלא מקום' און 'מנהיג הדור' נאך הרב שך'ס פטירה, וואס דער שפיץ דערפון שפילט זיך אפ אין די פייערדיגע מחלוקה איבער די פאנעוויזשער ישיבה וואו הרב אלישיב שטיצט איין זייט און הרב שטיינמאן די אנדערע
 
אזויווי די מלחמה האט פאר צוויי וואכן צוריק זיך פלוצלונג שרעקליך צופלאקערט, אזוי ווייט אז מ'האט געווארפן א לעבען אויף הרב איידלשטיין - איינער פון די פאנעוויזשער ראש ישיבה וואס שטיצט הרב בערמאן, דער קאנדידאט פון הרב שטיינמאן - און דערקעגן איז איינער ארויף אויפן ארון הקודש פרייטאג צו נאכט'ס און אריינגעלייגט אין ח'ר'ם' הרב מארקאוויטש - דער קאנדידאט פון הרב אלישיב - האט עס געברענגט צו א ריזיגע עצרת מחאה אין פאנעוויזש וואו הרב מיכל יהודה לעפקאוויטש, דער עלצטער ראש ישיבה אין פאנעוויזש היינט צו טאג - וואס שטיצט אויך הרב בערמאן, האט אויפגעטרעטן מיט א מחאה קעגן כבוד התורה פארן ווארפן די לעבען אויף הרב איידלשטיין.

למעשה ליגט די "יתד נאמן", דער אפיציעלער ליטווישער ארגאן, אין די הענט פון הרב אלישיב'ס מענטשן, און דערפאר האבן זיי איגנארירט די גאנצע עצרת מחאה אן דערמאנען קיין איין איינציג ווארט דערוועגן. דאס האט צושטאנד געברענגט דעם דאזיגן צייטונג, וועמענ'ס מאמענטאלער הויפט ציל איז צו באריכטן וועגן די עצרת מחאה.

עס בלייבט איבער צו זען אויב זיי זענען טאקע גענוג שטארק אנצוהאלטן מיט דעם צייטונג, וואס אויב יא וועט עס באדייטן אן ערנסטער און פראמינענטער ריס אין די ליטווישע וועלט, אויף אלע זיינע פאלגן און נאכווייען.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/10/2007 16:02 לינק ישיר 

ייש"כ מבקש_האמת פארן אזוי שיין אראפלייגן די פאקטען



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > א נייער "יתד נאמן" מארגן קאמפעטישון
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext