בית פורומים כל העולם כולו

כ"ק הגה"צ רבי ישראל האגר שליט"א וויילט די שבת אין בארא פארק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/11/2007 13:41 לינק ישיר 
כ"ק הגה"צ רבי ישראל האגר שליט"א וויילט די שבת אין בארא פארק

חסיד'ישע בּאָראָ פּאַרק ערוואַרט גאָר דערהויבענעם שב"ק מיט כ"ק הגה"צ
 רבי ישראל האַגער שליט"א מוויזניץ

מיט באטייליגונג פון הונדערטער  וויזניצער חסידים פון איבער גרעיטער ניו יארק – ברייטסטע שטיצע ערווארטעט מוצש"ק אין זאל פון "עטרת חי'" ביים מלוה מלכה לטובת "איגוד מוסדות וויזניץ" אין ארצה"ק

בארא פארק. – מיט התרגשות דקדושה און גאר געהויבענע שפאנענדע געפילן, גרייטן זיך פילע מאסן חסידי וויזניץ אין ניו יארק צו דעם היינטיגן שבת קודש פר' חיי שרה, לס' "בא ברוך ה'", ווען מ'וועט האבן צו גאסט אין די שטאט בארא פארק דעם געהויבענעם אורח חשוב ונכבד, הרב הצדיק המפורסם מזה בן מזה, על ישרא"ל הדרתו וצדקתו, רבי ישראל האגער שליט"א, בנו הגדול ושליחו הנאמן פון כ"ק מרן אדמו"ר הקוה"ט מוויזניץ שליט"א.

חסידי וויזניץ פון איבער גרעיטער ניו יארק וועלכע זענען אנגעבינדן אינעם אילנא דחיי דער וויזניצער רבי שליט"א, קוקן שוין ארויס מיט גייסטיגע געפילן פון פנימיות'ידיגע ערווארטונג פיל מיט התרגשות אויף דעם געהויבענעם שב"ק ווען מ'וועט וויילן בשבת אחים גם יחד אין א "וויזניצער לופט", אין אן אטמאספערע פיל מיט קדושה און חן של שבת מלכתא, מיט חסידים ואנשי מעשה יראים ושלמים, און פארברענגען בשיר ושבחה לכבוד שבת קודש אין א הייליגע חבורה בראשות פון הרה"צ רבי ישראל שליט"א.

ביי וויזניצער חסידים ליגט טיעף איינגעבאקן אין די ביינער דאס געהויבענקייט און רוחניות'דיגע התרגשות צו אזא שבת קודש בצילא דמהימנותא, און ס'שטייט שטענדיג פאר די אויגן די פילע הרגשים וואס פלעכטן זיך צונויף אין אזא שבת מרומם בצל הקודש, וואס א שבת אין "וויזניצער הויף" איז פון אלץ אן געווען א סימבאל פון הויכער התרוממות און דערהויבנקייט, פון די הייליגע תפלות און די ווארימע פארברענגען בליל ויום שב"ק, וואס דאס באגלייט אלץ אויף א לאנגע צייט שפעטער, זיך צו דערקוויקן מנופת צוף וכל טעם, פון דעם שבת נועם הנשמות וואס צעגייט זיך אין די ביינער.

אין די לעצטע יארן, ווען אימער חסידי וויזניץ אין אמעריקא האבן געהאט דעם כבוד און זכי' צו האבן צוגאסט דעם רב שליט"א, בנו הגדול וחביבו פון מר אביו דער וויזניצער רבי שליט"א, איז דאס געווען א מאמענט פון באגייסטערונג און השפעות של קדושה והתרוממות וואס האט איבערגעלאזט א ווייטגרייכענדן רושם אויף אלע מיטבאטייליגטע, סיי מיט די הארציגע תפלות אין לויף פון די ימי ביקור, און בעיקר פון די פארברענגען בשבת אחים בליל שב"ק וואס ווערט אפגעראכטן מיט א חסיד'ישן טעם מלא חן של קדושה, און ברענגט אריין א גייסט פון נאסטאלאגיע צו די ימי קדם ווען מ'האט געהאט די זכי' זיך צו ווייקן במחיצתו של אותו צדיק דער וויזניצער רבי שליט"א ה' יאריך ימיו ושנותיו בנעימים.

הרה"צ רבי ישראל שליט"א זייענדיג דער ציר נאמן לשולחו אביו הגדול דער וויזניצער רבי שליט"א, ליגט אויף זיינע פלייצעס דער אומדערטרעגליכער עול פון די ברייטפארצווייגטע נעץ פון מוסדות וויזניץ איבער די לענג און די ברייט פון ארצינו הק', וואס דאס שלעפט אים אריין אין אויסערגעווענליכע טירדות הכלל וואו ער איז עמוס בעבודה מן הבוקר ועד הערב, מיט די עבודת הקודש ברוחניות ובגשמיות, אבער זייענדיג יעצט אין אמעריקא צוליב א משפחה שמחה, א חתונה פון אן אייניקל וואס איז געפראוועט געווארן די היינטיגע וואך אין שיכון סקווירא, איז ער נענה געווארן לבקשת החסידים צו קומען פראווען דעם שב"ק אין די שטאט בארא פארק בצל תלמידים ומעריצים.

*

השבת נועם הנשמות

ווי געזאגט וועט הרה"צ שליט"א וויילן אין בארא פארק דעם היינטיגן שבת קודש פר' חיי שרה. וואו עס ווערט ערווארטעט א צוזאמענפאר פון אלע וויזניצער תלמידים וחסידים פון איבער גרעיטער ניו יארק, וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, פלעטבוש, לעיקוואד און פון די ווייטע מאנטרעאל, קאנאדא, וועלכע ווילן נישט פארפאסן אזא געהויבענעם שב"ק בצילא דמהימנותא.

דער גאנצער שב"ק וועט געפראוועט ווערן אין זאל פון די מיידל שולע "בית אסתר קלויזנבורג" אויף 1350 50th St., וואס איז ספעציעל געווארן ארויסגעדינגען פאר דעם שבת. דער גרויסער זאל ווערט ספעציעל צוגעגרייט צו קענען אויפנעמען דעם גאנצן ערווארטעטן ציבור חסידים ואנשי מעשה, און די עסקנים לייגן אריין א אומערמידליכע ארבעט מסדר צו זיין דעם גאנצן שב"ק מיט גרויס הצלחה צו די פולע באקוועמליכקייט פון אלע משתתפים.

בליל שבת קודש וועט מען דאווענען מנחה און קבלת שבת ביים זמן פון הדלקת הנרות, מיט א התלהבות'דיגן דאווענען כמקובל, און נאכן דאווענען וועט דער ציבור קענען פארבייגיין זיך וואונטשן בברכת שבתא טבא ביי הרה"צ שליט"א, לויט די ספעציעלע אנווייזונען פון די סדרנים.

בשעה 9:30 וועט פארקומען די "עריכת הבאטע", וואו מ'וועט זיך צונויפקומען בשבת אחים גם יחד צו פארברענגען מיט זמירות שירות ותשבחות לכבוד שבת מלכתא, און לכבוד דעם געהויבענעם גאסט הרה"צ שליט"א.

ווי באקאנט איז ביי חסידים ואנשי מעשה אין אלע דורות געווען א שטארקער יסוד די התאספות בליל שב"ק, זיך צונויפקומען מיט חסידים צו זינגען און זאגן דברי תורה לכבוד שב"ק, ובפרט ביי חסידי וויזניץ איז דאס א מנהג טוב וואס ווערט אומעטום אנגעהאלטן מיט א קביעות לשם ולתפארת, ווי עס האבן דאס געפאדערט די הייליגע רביים לבית וויזניץ זי"ע, אז די חסידים זאלן אינאיינעם פארברענגען מיט זמירות שירות ותשבחות למלך קל חי וקיים.

גאר גוט געדענקן די פילצאליגע חסידי וויזניץ די ווארימע באטעס און טישן פון די פריערדיגע יארן ווען מ'האט געהאט צו גאסט הרה"צ רבי ישראל שליט"א, וואו אלעמאל איז דער באטע פארוואנדלט געווארן אין א מאמענט פון התעלות און התרוממות הנפש, מיט ניגוני קודש לכבוד שב"ק, און די הארציגע שמועסן בדברי חיזוק והתעוררות מתובל מיט שיינע ביאורים אויף די פסוקי הפרשה.

דעריבער, יעצט ווען מ'גרייט זיך צו דעם געהויבענעם שב"ק בצל הקודש, ווערט ספעציעל ערווארטעט א גאר גרויסער ציבור צו די התאספות בליל שב"ק, וואו מ'וועט פארברענגען אינאיינעם בראשות הרה"צ מיט דברי תורה און זמירות. די עסקנים גרייטן צו גאר א גרויסן שטח צו קענען אויפנעמען דעם גרויסן ציבור און מכבד זיין יעדן לפי ערכו וכבודו.

*

וביום השבת

שבת קודש אינדערפרי וועט מען דאווענען אין זאל פון "בית אסתר" בשעה 9:30. צום דאווענען וועלן זיך ווידער צוזאמקוען די וויזניצער חסידים פון אלע שטיבלעך און בתי מדרשים פון איבער די שטאט, מיטצוהאלטן דאס געהויבן דאווענען כנוסח בית וויזניץ, וואס "צעגייט זיך אין די ביינער", בקול חוצב להבות אש וכל פה לך יודה וכו' כל עצמותי תאמרנה.

נאכן דאווענען וועט הרה"צ רבי ישראל שליט"א פראווען די סעודתא דעתיקא קדישא אינאיינעם מיטן גאנצן ציבור, די פילע געסט און ארטיגע חסידים. ביי די סעודה וועלן אויפטרעטן בדברי תורה והתחזקות פילע חשובע רבנים הגאונים הצדיקים שליט"א, אורחים נכבדים פון ארץ ישראל, וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם געהויבענעם שבת קודש וואס דינט אלס קוואל פון חיזוק פאר חסידי וויזניץ אין אמעריקא.

במיפק שבתא, ביים זמן פון הדלקת הנרות וועט מען דאווענען מנחה וסעודת שלישית, וואס וועט ווידער געפראוועט ווערן אין א דערהויבענעם גייסט, מיט התעוררות און התרוממות הנפש כנהוג. נאך די הארציגע זמירות וואס הרה"צ שליט"א וועט פארזינגען, וועט מען האבן די זכי' ווייטער צו הערן די געהויבענע שמועסן און דברי תורה, באגלייט מיט דברי מוסר והתבוננות, צו דערלייכטן די אויגן בדברי פי חכם חן ותוכחת מוסר אויף וואס די וויזניצער חסידים לעכצן צו הערן מפום ממלל רברבן הרה"צ שליט"א.

אין לויף פונעם גאנצן שב"ק וועלן די תינוקות של בית רבן די ילדי חן פון די וויזניצער מוסדות התורה, זיצן אין א באזונדערן אפטיילונג, אונטער די פירערשאפט און אויפזוכט פון די חשובע מלמדים שליט"א, און מיטהאלטן דעם גאנצן סדר השבת מיט שיינע מתנות.

חסידי וויזניץ קוקן ארויס מיט שפאנענדע ערווארטונג אויף דעם געהויבענעם שבת קודש, און ווארטן קוים אויף די גייסטיגע מאמענטן וואס מ'וועט מיטלעבן אין דעם הייליגן טאג, וואס די השפעה דערפון וועט זיכער פארבלייבן אויף א לאנגע צייט שפעטער.

*

מלוה מלכה לטובת "איגוד מוסדות וויזניץ"

דער קלימאקס פון דעם געהויבענעם באזוך וועט פארקומען מוצש"ק, ווען ס'וועט געפראוועט ווערן א גאר שיינער מעמד ביים סעודת מלוה מלכה און דינער לטובת "איגוד מוסדות וויזניץ" אין ארצינו הק'.

דער "איגוד מוסדות וויזניץ" איז דער שירעם-ארגאניזאציע וואס שליסט אריין אין זיך די ברייטע נעץ פון די פילע מוסדות התורה והחסידות וויזניץ, אין די פאלגענדע שטעט און פראווינצן, בני ברק, ירושלים, אלעד, בית שמש, אשדוד, ברכפלד, און רחובות, וואס אלעס אינאיינעם לערנען די העכער 10,000 תלמידים ותלמידות, קינדער פון וויזניצער חסידים איבער די לענג און ברייט פון ארץ ישראל.

דער "איגוד מוסדות וויזניץ" איז דער הויפט רוקן ביין פון וואו עס ווערט געדעקט דער בוזדשעט פון די אלע מוסדות החינוך, און פון וואו עס ווערן פינאנצירט די פילע פראיעקטן לתורה ולתעודה פון די אלע מקומות החינוך, צו בויען די מבצרי התורה והחסידות און צו פארזיכערן דעם רוחניות'דיגן וואוקס און גשמיות'דיגן עקזיסטענץ פון די מוסדות התורה, צו ערמעגליכן פאר די טויזנטער תלמידים ותלמידות צו קענען שטייגן לשם ולתפארת.

בראש פון דעם גאנצן פראיעקט, דער "איגוד מוסדות וויזניץ", שטייט הרה"צ רבי ישראל שליט"א, וואס אויף זיינע פלייצעס ליגט דער עול צו פירן די אלע מוסדות הק' וואס שטייען בנשיאותו פון זיין גרויסן פאטער דער וויזניצער רבי שליט"א, און ער איז פארנומען אין לויף פונעם גאנצן יאר מתרים צו זיין די נגידים ונדיבים לטובת די מוסדות, סיי אין ארץ הקודש און סיי דורך זיינע פילע נסיעות איבער דער גארער וועלט, און ער איז כל כולו אריינגעטוהן אין די הצלחה פון די מוסדות הק', און זיין שטענדיגער התקשרות מיט די מוסדות הק' וואס ליגט בעיקר אויף זיינע פלייצעס, העלפט ארויס צו די הצלחה פון די מוסדות הק', ווען אלעס ווערט געפירט מיט גרויס הצלחה און אחריות.

אויך ברוחניות איז הרה"צ רבי ישראל שליט"א דער רוח החיים פון די אלע מוסדות הק', שטייענדיג שטענדיג אין נאענטן פארבינדונג מיט די מנהלים רוחניים שליט"א, וועלכע ווייסן דעם אדרעס פאר עצה ותושי' צו די רוחניות'דיגע הצלחה פון די תלמידים, און כסדר קומט ער אין די מוסדות הק' צו פארהערן און טיילן פרסים, און משמיע זיין דברי תורה ומוסר פאר די ילדי תשב"ר ובחורי הישיבות.

חסידי וויזניץ איבער דער גארער וועלט ווייסן און שעצן די עבודת הקודש וואס הרה"צ שליט"א לייגט אריין צו די הצלחה פון די מוסדות הק', און יעצט ווען עס ווערט אפגעראכטן דער יערליכער דינער בראשותו, וועט דאס זיכער צוזאמברענגען א השתתפות פון גאר א ברייטן ציבור, תומכי תורה ומחזיקי', וועלכע וועלן קומען בהמוניהם צו שטיצן דעם "איגוד מוסדות וויזניץ", און גלייכצייטיג ארויסהעלפן לינדערן דעם שווערן עול וואס ליגט אויף די פלייצעס פון הרה"צ רבי ישראל שליט"א.

צו דעם געהויבענעם שב"ק און דער גרויסער מעמד איז אויך געקומען ספעציעל צו פארן דער וויזניצער ראש ישיבה, הרב הגאון המפו' רבי מנחם ארנסטער שליט"א, חדב"ן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וואס זייענדיג פון דער נאענט איז ער גאר שטארק אקטיוו משפיע צו זיין אויף די בחורי חמד מלא חפניים תורה ויראת שמים, דורך זיינע שיעורים וואס ער לערנט פאר ביי די בחורים, און די תלמידים זענען גאר שטארק נהנה מבאר תורתו.

דער דינער וועט פארקומען אי"ה היינטיגן מוצש"ק, אין זאל פון "עטרת חי'" אין בארא פארק, וואו עס ווערט צוגעגרייט גאר א רייכע סעודת מלוה מלכה מיט א פולער פראגראם וואס וועט ברענגען גייסטיגע מאמענטן פון קורת רוח פאר אלע באטייליגטע.

אין לויף פונעם גאנצן אווענט וועט די בארימטע חבורת המזמרים "שירה" מהנה זיין דעם פארזאמעלטן ציבור, מיט א ברייטע קאפעליע פון בעלי מנגנים, בזמירות שירות ותשבחות לכבוד העם הנאספים.

אנהויב פונעם מעמד וועט געוויזן ווערן א הערליכע "פרעזענטאציע" פון דעם וואוקס פון די וויזניצער מוסדות התורה והחינוך, וואס וועט געבן א ברייטן בליק איבער די פילזייטיגע אויפטוען און אויפבליה וואס ווערט געטוהן דורך די נדבות פון די חשובע נגידים ומשתתפים.

אויך וועט ערשיינען א הערליכער "בראשור", וואס אנטהאלט אן איבערבליק פון מוסדות וויזניץ, און באשרייבונגען פון דעם רוחניות'דיגן וואוקס וואס ווערט אויפגעטוהן אינערהאלב דעם הערליכן נעץ פון די מוסדות התורה והחסידות וויזניץ.

א הערליכע מתנה וועט פארטיילט ווערן פאר אלע חשובע משתתפים ביי די סעודת מלוה מלכה, וואס איז געאייגנט צום באנוץ אין שטוב.

דער טשערמאן ביים מעמד וועט זיין, הרבני החסיד הנכבד מו"ה שמואל דוד עדלשטיין הי"ו, מנאמני בית הרה"צ רבי ישראל שליט"א און עסקן נמרץ לכל קדשי בית וויזניץ. ער וועט אנפירן דעם מעמד בטוב טעם ודעת, מיט זיינע בליציגע רעיונות און געשמאקן שפראך.

אלס "אורח הכבוד" פון היי-יעריגן דינער איז געווארן אויסגעקליבן הרבני הנגיד החסיד הנכבד והנערץ מו"ה שלמה מאשקאוויטש הי"ו. ר' שלמה איז ברייט באקאנט צווישן אלע ידידים מיט זיינע פילע פעולות פון צדקה וחסד פאר יעדן נצרך און מוסדות התורה, ובפרט פאר דעם "איגוד מוסדות וויזניץ", וואו ער און זיינע קינדער שיחיו זענען פון די שטענדיגע שטיצער מיט שיינע סכומים, און איז באוואוסט אלס מוקיר תורה ולומדי', ובדין הוא שיטול שכרו.

מיטן "פרס כתר שם טוב" וועט באערט ווערן הרבני הנגיד הנכבד דער בונה ומקים עולמה של תורה, מו"ה שלמה פסח קאסאי הי"ו אב"י בעיר פלעטבוש, וואס ער איז מוזיל זהב מכיסו פאר יעדע דבר שבקדושה, ובפרט לאזט זיך קאסטן פאר מוסדות התורה ומפעלות החסד, און יעצט וועט מען אים צוטיילן דעם פארדינטן כבוד בהדר ותפארת.

דעם "דבר האיגוד" וועט מען הערן במעמד קהל רב דורך דעם איבערגעגעבענעם יושב ראש האיגוד, הרבני החסיד הנכבד עושה ומעשה לטובת הכלל, מו"ה דוב מרדכי דאסקל הי"ו, וואס טראץ זיינע פארצווייגטע געשעפטן איז ער אריינגטוהן בלב ונפש פאר די הצלחה פונעם איגוד מיט אומענדליכע מסירות נפש, און ער רייזט ארום אין לויף פונעם יאר צו זאמלען נדבות פאר די קאסע פונעם איגוד, אז די מוסדות הק' זאלן קענען האבן א קיום.

אלס "נואם הכבוד" וועט אויפטרעטן דער חשובער גאסט פון ארץ הקודש, הרב הגאון רבי מנחם ערנסטער שליט"א ראש ישיבת וויזניץ וחדב"ן פון וויזניצער רבי שליט"א. דער ראש ישיבה שליט"א וועלכער איז שטארק איבערגעגעבן פאר די שטענדיגע הצלחה פון די תלמידים אין די וויזניצער ישיבה, וועט איבערגעבן דעם דבר המוסדות און די הצלחה וואס מ'זעט ב"ה ביי די פילע תלמידים.

ביים שפיץ פונעם מעמד וועט מען האבן דעם כבוד צו הערן דעם ברכת הקודש פון הרה"צ רבי ישראל שליט"א, וועלכער וועט איבערגעבן די ברכה פארן גאנצן ציבור אין שליחות הקודש פון זיין פאטער דער וויזניצער רבי שליט"א, און דערביי אויך משמיע זיין דברי חיזוק וואס איז נוגע צו יעדן וויזניצער חסיד, לדעת את המעשה אשר יעשון.

די הנהלת "איגוד מוסדות וויזניץ" און די עסקנים אין אמעריקא קוקן גאר שטארק ארויס אויף די הצלחה פון דעם אווענט, וואס אין דעם איז געוואנדן דער עתיד פון די מוסדות הק' אין ארץ הקודש, און מ'קוקט פאר אויף די ווארימסטע שטיצע בגוף ובממון פאר דעם איגוד, צו קענען אנגיין מיט די עבודת הקודש להגדיל תורה ולהאדירה.

וישרא"ל עושה חיל.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/11/2007 13:44 לינק ישיר 

file:///C:/Documents%20and%20Settings/Admin/Desktop/VIZNITZ%202007%200058%20POSTER.jpg" width="614" alt="" style="WIDTH: 614px; HEIGHT: 886px" />



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/11/2007 13:47 לינק ישיר 

 file:///C:/Documents%20and%20Settings/Admin/Desktop/VIZNITZ%202007%200058%20POSTER.jpg" width="463" alt="" style="WIDTH: 463px; HEIGHT: 668px" />



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/11/2007 17:03 לינק ישיר 

וואס גייט פאר מיטן בילד?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-6/11/2007 22:48 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > כ"ק הגה"צ רבי ישראל האגר שליט"א וויילט די שבת אין בארא פארק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext