בית פורומים כל העולם כולו

דזשערי נאוועק Vs. סקאט מאלען: ווער זענען די לאיערס?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/11/2007 05:32 לינק ישיר 
דזשערי נאוועק Vs. סקאט מאלען: ווער זענען די לאיערס?

אפגעזען ווער ס'וועט געווינען די קאורט קעיס איז אינטערסאנט פאר'ן עולם צו אנאליזירן די לאיערס וואס ביידע צדדים האבן גענומען.

ביי די אפיעלס קאורט זענען די זאליס געבליבן מיט סקאט מאלען, וואס האט, ווי יעדער האט געזען, געמאכט גאר א שלעכטן דזשאב, און געקעקעצט א גאנצן צייט.

ווידעראום, סאטמאר האט גענומען דעם מעכטיגן לאיער דזשערי נאוועק, וואס האט אראפגעלייגט דעם בעסטן דזשאב וואס יעדער לאיער פון ביידע צדדים האט נאר אמאל אראפגעלייגט. ער האט גאר באזעסן אפגעווארפן די נארישע באווייזן פון די זאליס און געמאכט אש און פארעך פון לעכערליכע טענות וואס זיי האבן געהאלטן אין איין ברענגען זייט די קאורט האט זיך אנגעפאנגען.

אין דעם אשכול זאלן די לעגאלע קעפ דיסקוסירן די צוויי לאיערס: דזשערי נאוועק און סקאט מאלען.

_________________




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/11/2007 08:16 לינק ישיר 

דער שוואכער מאלען מיט זיין קעקעצן און מיט זיין לעכערליכע טענות און נערישע באווייזן האט נאך געווינען יעדע קעיס ביז אהער (חוץ ראזענוואסער, וואס דער אפיעלס קאורט האט נאכדעם איבערגעדרייט 4-0) און בעזרת השם האפט מען ער ווייטער אזוי געווינען.

רעזאלטאטן רעכענען זיך, ווער עס האט אויסגעזען בעסער אין קאורט איז ווערטלאז




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2007 09:47 לינק ישיר 

סקאט מאלען האט נישט נאר געקעקעצט ווייל ער האט נישט געהאט וואס צי ענטפערען
נאר האט געוואלט באיינפלוסען די דזאדזעס מיט נערישהע ווערטער ווי למשל אז ער איז די זאליס לאיער מתחילה ועד סוף  אין אז מען האט איינמאל געווארפען שטיינער אויף הגז"ל רביצען  (וואס אגב איז א אויסגעטראכטער שקר) אויף דעם ביה"ח

אז די אהרונים האבען געבויט מוסדות אין ווילי מיט עהנליכע נאמען  נאר ציגעלייגט דאס ווארט CENTRAL 

דער סקאט מאללען קען זיך גיט אויסטענהן  מיט יאסי בראך אויף דעם  זאב ברענער ראדיא ער פארשטייט אבער נישט אז ביי דעם אפיל קארט זענען זיי נישט אינטערסירט אויף נייע  זאכען נאר צי אויפווייזען צי דער נידריגער קארט האט געפסקנט לויט דעם געזעץ
אדער נישט

אויך דער אנדערער יאקעל האט עיהם אינטערגעשטיפט צעטעליך וואס ער זאל זאגען
אין אנהייב האט ער נאך עס געליינט  שפעטער איז ער געווען אזוי פראסטערעיטעד אז ער האט סוין נישט געוואלט מער אנקיקען די צעטעליך

אויך זעהט מען דעם אנדערען יאקעל שאקלען מיטען קאפ ווי  צי זאגען אז מאללען רעדט נישט צי דער זאך

מודעה פאר די זאליס
נישט פארגעסען דאנערשטיק ביי תחנה צי שרייען  הויך  לצנו מ'רדני




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2007 14:33 לינק ישיר 

דזשערי נאוועק מיט סאטמאר האט א לאנגע היסטאריע

דער געניטער אדוואקאט דזשערי נאוועק איז געווען דער שליח פון רבונו של עולם צו ראטעווען דעם עתיד פון סאטמאר מיט צען יאר צוריק, אין די פעדעראלע געריכטן, פון די מסירות פון דעם "דיסידענט לידער" יאסעל וואלדמאן, מיט זיין ברודער זאלמען, למיניהם.

די ערשטע קלאגע איז געווען אז דער קרית יואל ווילידזש דיסקרימינירט קעגן דעם חרדים שול, און נאך דעם שרעקליכען חילול ה' וואס איז פארגעקומען, ווען זיי האבן  געצווינגען רבינו שליט"א אויפצוטרעטן אין געריכט, האט מען געשליכטעט די קלאגעס.

דאן האבן די מוסרים געעפנט א מאסיווע נייע סיוויל רייטס קעיס, ווי די מוסרים האבן אנגעקלאגט פערזענליך יעדעם פון די הנהלת הקריה, מיט שוידערליכע בלבולים , און די מוסרים האבן פארלאנגט אז דער קרית יואל ווילידזש איז נישט געזעצליך לויט די קאנסטוטוציע און  דער פעדעראלער געריכט זאל גענצליך אויפלעזן דעם קרית יואל ווילידזש.

די סכנה אז דער ווילידזש וועט ווערן אויפגעלזט איז געווען אומגעהויער גרויס, און דאן בעת צר האט דער רבונו של עולם צוגעשיקט פאר קרית יואל דעם  אדוואקאט דזשערי נאוועק, וואס האט מיט גרויס סייעתא דשמיא געפונען א לעגאלע סטראטעגיע צו פארלאנגען פונעם ריכטער אז מען זאל ארויסווארפן די גאנצע קעיס, און מיט דעם פארמיטן קרית יואל פון פאטאלע קאנסעקווענצן אויב עס וואלט געקומען צו א פולער טרייעל ר"ל, און א עווענטועלער אויפלעזונג פונעם ווילידזש.ש

נאך דעם וואס דער ריכטער האט ארויסגעווארפן די קעיס, האט יאסעל וואלדמאן אפעלירט צום צווייטען קרייץ געריכט אין מאנהעטען, און עס איז ב"ה ווידעראמאל געלונגען פאר דזשערי נאוועק, צו איבערצייגן א פאנעל פון עטליכע פעדעראלע ריכטער צו באשטעטיגען דעם געוואונס אין נידעריגן געריכט.

חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2007 14:46 לינק ישיר 

דא איז א לינק צום וועב סייט פון  די ריזיגע לעגאלע פירמע, און וואס  דזשערי נאוועק איז א פארטנער

http://www.klgates.com/home.aspx

דאס איז א דירעקט לינק פון דזשערי נאוועק


מען קען זעהן א ליסטע פון זיינע גרויסע סוקסעספול קעיסעס, מען זעהט אז ער האט שוין אויפגעטרעטן אין כמעט אלע פעדעראלע קרייץ געריכטן אין לאנד.

די פערטע קעיס פון אויבן זעהט מען די פעדעראלע קרית יואל'ע קעיס פון יאסעלע וואלדמאן אויפצולעזן דעם קרית יואל ווילידזש.

Waldman v. Village of Kiryas Joel, 207 F.3d 105 (2d Cir. 2000) (action seeking dissolution of municipality on ground its existence violates First Amendment because of allegedly excessive involvement of local religious leaders in village government).





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2007 14:56 לינק ישיר 

מצורף קובץ

1



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2007 14:57 לינק ישיר 

מצורף קובץ

2



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2007 15:02 לינק ישיר 

א לינק צו די סוקסעספולע געווינסן בס"ד וואס דזשערי נאוועק האט געוואונען פאר קרית יואל.

פעדעראלע דיסטריקט קאורט דעסידזשען אין די וואלדמאן- קרית יואל קעיס

http://www.gigasize.com/get.php/3196023059/District_decision.pdf

דעסידזשען פון פעדעראלע צווייטע קרייץ אפעלאט געריכט 

http://www.gigasize.com/get.php/3196023150/Second_Circuit_Court_of_Appeals.pdf



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2007 17:46 לינק ישיר 

מען קען נישט האבן קיין טענות צו מאלען, דוד זאגט דאך אז ער ארבייט אומזיסט!
און פאר FREE באקומעט מען שטרוי.
זע דא זאלונים לאיער קלאגט זיי.. שולדיג 87 אלפים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2007 17:58 לינק ישיר 

שטותים מיט לאקשן.

נאך די פסק וועט ארויסקומען, וועל איך דערקלערן דעם געווינער'ס לאויער אלץ די שטערקסטע אין בעסטע.

וואס איז מיר א נפק"מ צו ער האט אזויפיל קעיסעס, אדער גאר אזויפיל?

ווער עס דעליווערט האט מיין וואויט..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2007 18:07 לינק ישיר 

סקאט מאלען האט דעליווערט ביז יעצט, און ס'זעהט אויס אז יעצט האט ער אויך דעליווערט איך געב עים קרעדיט ער הייסט א גיטע לויער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2007 18:33 לינק ישיר 

סקאט מאלען האט געמאכט א שלעכטן דזשאב, סיי דא און סיי ביי די אפעלאט קאורט.

ביידע מאל האט ער שטארק געקעקעצט און געבליבן שטיל ביי אסאך שווערע פראגן וואס די דזשאדזשעס האבן אים געפרעגט.

איך האב אויך אמאל געמיינט אז מאלען איז אינווינסיבל ביז ווילאנג איך האב געהערט זיין דיבעיט מיט יאסי בראך, וואו יאסי האט אים אזוי צומאלן אז ער האט געמוזט אנטלויפן ווי א לוזער אינמיטן די דיבעיט, און געמאכט די זאליס ללעג ולקלס.

דראדזש, ביסט היינט געבוירן? דו האלטסט בשיטה אז די זאליס געווינען אין קאורט וועגן סקאט מאלען? קאם אן, ס'פאסט נישט אז דו זאלסט רעדן אזעלכע נארישקייטן. פאסט נישט אז דו זאלסט זאגן אז דער דורכפאל פון א לאיער האט געמאכט א גוטן דזשאב. די זאליס האבן געוואונען אין קאורט צוליב אזעלכע מענטשן ווי קלערענס נארמאן און ראבערט רייש, וואס שמאכטן היינט צוטאגס אין תפיסה.

ס'קען זיין אז מען וועט פארלירן, אבער אויב יא, וויל איך זיין זיכער ביי זיך אז מען האט נישט פארלוירן ווייל מען האט אנגעמעסט. איך וויל זיין זיכער אז די ראה"ק האבן געטאן די מאקסימום צו ראטעווען די נכסי הציבור, און מיט'ן אויפנעמען אזא מעכטיגן לאיער ווי דזשערי נאוועק, וואס האט געמאכט א סופער דזשאב, האבן זיי באקומען מיין קאנפידענס.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-20/11/2007 18:23 לינק ישיר 

סקאט מאלען באקומט מיין וואיט!

קאנגרעטולעישאנס.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/11/2007 19:15 לינק ישיר 

מיינס האט ער שוין באקומען ביים הירינג

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2007 04:45 לינק ישיר 

אויב ס'אינטערסירט איינעם
Scott E. Mollen's Bio



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-21/11/2007 05:24 לינק ישיר 

ארגינעלער, פארפאלן די האסט זייער גוט אפגעשאצט, דער מעכטיגער לאיער דזשערי נאוועק האט אראפגעלייגט דעם בעסטן דזשאב וואס יעדער לאיער פון ביידע צדדים האט נאר אמאל אראפגעלייגט. ער האט גאר באזעסן אפגעווארפן די נארישע באווייזן פון די זאליס און געמאכט אש און פארעך פון לעכערליכע טענות.

ווייטער דער שוואכער מאלען האט ווי ביז היינט ווייטער געמאכט גאר א שלעכטן דזשאב, און געקעקעצט א גאנצן צייט.

אלס א רעזאלטאט האט עטס געווינען בארא פארק ווי אויך 13 און 14 הופער ווי אויך 152 היוז סטריט ווי אויך 5 צאנז קאורט און די ווייסע שול און אלע אנדערע נכסים ענקערע וואס איז נישט געווען יעצט אין קאורט!

מזל טוב




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דזשערי נאוועק Vs. סקאט מאלען: ווער זענען די לאיערס?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext