אחר הדברים האלה, יעצט נאכדעם וואס דער קאמפף אין געריכט איז לכאורה פארטיג, און פארלוירענערהייט מוזן מיר צוקוקן מיט די אייגענע אויגן ווי 'אונזערע' בנינים, 'אונזער' פארמעגן, ווי 'אונז' האמיר אריינגעלייגט שווער אויסגעהארעוועטע געלטער מיט בלוט און שווייס גייט ענדגילטיג אריבער אין פרעמדע הענט, אין די הענט פון אונזערע שונאים. און דאס איז אלעס אדאנק די אייניגע יחידים המשטלתים על הציבור וועלכע האבן זיך מיט קיינעם נישט גערעכנט, און פאר זייער אייגענע כבוד ושררה האבן זיי קאמאנדעוועט אויף די הייליגע קהילה און אירע מעמבערס און בנינים, און אלעס גענומען צו זיי אין די הענט אריין.
אין אזא צייט ווי יעצט דארפן מיר מאכן א חשבון הנפש, מיר ברויכן אביסל אריינטראכטן, צו קען נישט די זעלבע זאך נאכאמאל פאסירן? צו קען זיך היסטאריע נישט איבערשפילן אין יארן ארום נאכאמאל??
לאמיר אריינטראכטן, מיר געבן שווערע געלטער איבעראל זיך צו בויען, פשוטע אידן געבן טויזנטער דאללארן צו בויען מוסדות אין וויליאמסבורג, פאר די מוסדות אין מאנסי, מען גיבט כסדר געלט פאר די מוסדות אין קרית יואל, פאר די מוסדות אין בארא פארק, און פאר די מוסדות איבעראל אין די גאנצע וועלט. אזוי אויך צאלן מיר אלע מעמבערשיפ פאר די קהילה, און מיר זענען א חלק פון די קהילה.
יעצט איז די פראגע זענען מיר פראטעקטעט? איז אונזער געלט פארזיכערט? טויזנטער אידן האבן געגעבן שווערע געלטער פארן נייעם בית המדרש אין וויליאמסבורג אויף ראסס סט., האבן מיר עפעס דערפון? ניין! אונזערע שונאים, די וואס האבן געלאכט פון אונז דעמאלטס, די וואס האבן חוזק געמאכט פון אונז דעמאלטס, זיי וועלן זיך באזעצן אויף 'אונזערע' פלעצער און זיך ברייט באקוועם מאכן אין 'אונזער' ביהמ"ד!
איז דא עפעס וואס גאראנטירט אונז אז אין די מוסדות ווי 'אונזער' געלט ווערט יעצט אינוועסטירט וועט ווערן גענוצט פאר 'אונזערע' אייניקלעך???! איז דא עפעס א גאראנטיע אז די בתי מדרשים ווי 'אונזער' געלט ווערט יעצט אריינגעלייגט וועט ווערן גענוצט דורך 'אונזערע' אייניקלעך??! ווער פארזיכערט אונז אז די נייע חכמים עומדים בראש וועלן נישט קענען טון מיט אונז די זעלבע וואס משה פריעדמאן האט מיט אונז געטון?!!
איז נישט די העכסטע צייט צו טוישן דעם סיסטעם?!
רביה"ק דער בעל דברי יואל זצוק"ל האט מייסד געווען די קהילה קדושה און האט אראפגעשטעלט שטאטוטן וויאזוי די קהילה זאל זיך פירן, למעשה איז די קהילה 'נישט' געפירט געווארן די אלע יארן לויט די שטאטוטן נאר לויט די אינטערעסן פון יחידים, און 'דאס' האט געפירט צו דעם חורבן אין וואס מיר שטייען יעצט!
למעשה יעצט נאך דעם פסק זענען מיר אויסגעשטעלט צום זעלבן חורבן אינעם עתיד! אויב מיר וועלן נישט מאכן קיין טויש אינעם סיסטעם לאדענען מיר היסטאריע זיך איבערצושפילן! עס דארף אראפגעשטעלט ווערן שטארקע יסודות עפ"י תורה ועפ"י געזעץ וואס זאל פארזיכערן אז 'אונזער' קהילה נאה וחסידה, און 'אונזערע' מוסדות הקדושים, בכל מקומות מושבותיהם, זאל פארבלייבן 'אונזער', עס זאל שטענדיג פארבלייבן אין די הענט פון 'רוב ציבור'!
לאמיר נישט ווערן פארשוועמט פון 'געפילן', לאמיר טראכטן 'שכל'!
_________________
נשלח ב-20/11/2007 21:45
100%גערעכט
די ערשטע זאך איז פרישע וואלן (עס איז שוין יארן נישט געווען קיין וואלן) ביז יעצט איז געווען א גוטע תירוץ אז מ'האלט אינמיטן די קאורט
אוודאי די קהלה לייט וואס האבן ביז יעצט געטיען דארף מען מחזק זיין
אבער אויב וויל מען זיך פאראויסריקען מיז מען אריינעמען אסאך פרישע ענגערישע מענשטן
ן
וויאזוי האסטו נאר פריער געשריבן
רביה"ק דער בעל דברי יואל זצוק"ל האט מייסד געווען די קהילה קדושה און האט אראפגעשטעלט שטאטוטן וויאזוי די קהילה זאל זיך פירן,
אין לנו אלא דברי בן עמרם
נשלח ב-20/11/2007 23:08
לכו חזו מפעלות א-קים . יעצט קען מען זעהן אז א מענטש אפילו א קהילה און אפילו א היינטיגער רבי קען גארנישט טון אליין. נאר אלעס ווערט געפירט פון אויבען.
יעצט אחי ורעי אהובי עליון. מען דארף זיך אפלערנען א מוסר השכל פון דעם וואס איז געשעהן .
אז טאמער איינער טעראריזירט יודען (אפילו מען נעמט זיך פארן טאטענס כבוד וכדומה) סוף כל סוף זעהט ער זיך מיט א סאך שונאים. עס איז נישט נאר די יחידים המשתלטים על הציבור עס איז אויך דא אונטער זיי הונדערטער שונאים וואס יעדער האט זיך זיין חשבון וויאזוי מען האט עהם אדער זיין חבר וויי געטון אדער באעוועלט.
ווייל ווען נישט אפילו די משלטים וואלטן גערודערט . וואלט זיי דאך קיינער נישט אויסגעהערט.
זאגען מיר דא צו רז"ל און זיין פארטיי. אם בדרכי תלך ואם את משמרתי תשמור וגו' וגם תשמור את חצרי (נישט נאר מקרב זיין דעם טאטענס שונאים . און מרחק זיין זיינע גוטע פריינט) נאר אויב מקרב זיין דעמאלס יעדען מקרב זיין ודו"ק.
ונתתי לך מהלכים בין העומדים האלה(זכריה ג פסוק ז') כה אמר ד' צבקות אני לקחתיך מאחר הצאן(ביסט געווען אונטען. ביסט ארויף געקומען אויבן) להיות נגיד על עמי על ישראל ועשיתי לך שם גדול כשם הגדולים אשר בארץ (וויא די אמאליגע צדיקים וואס זיי זענען שוין באהאלטן) זאגט דער מלבי"ם אבער נאר בתנאי כפול. אז דו וועסט קיין שום יוד נישט וויי טון.
יעצט לשיטתך אז דו האסט געזעהן וואס איז געשען מיט דיין ברודער . ער האט לשיטתך פארשטינקענע פיש געגעסן און ארויס פון די שטאט. און הערשט קען ער נאך האבען פראבלעמען אפילו אין קרית יואל
זאג איך דיר די ווערטער פון רש"י אנפאנג פרשת אחרי מות אזוי וויא דער צווייטער דאקטאר שלא תמות כדרך שמת פלוני
דו האסט דאך שוין געהאט פון וועם זיך צו לערנען.
יעצט כרוזא קרא בחיל . וועסטו אויסלערנען דיין ציבור אפילו דו משוגעים און רשעים צו זיין ארענטליך און נישט פארדרייען א קאפ פאר אנדערע יודען וואס זענען נישט סרים למשמעתך. זיי באלאנגען צו א אנדערע קהלה.(רעד נישט איין קיינעם אז דו מיינסט דעם רבינס כבוד ווייל עס וועט גארנישט העלפן וד"ל)
האסט טאקע לכאורה לויטן קארט געווינען סאטמאר אין וויליאמסבורג.
אבער וויליאמסבורגער האסטו דאך נישט געווינען. פאפא איז נישט דיין ווין איז נישט דיין. און אלע קהילות און סתם יודען באלאנגען דאך נישט צו דיר.
און אז דו וועסט אויפהערן מיט די פינסטערע העצערישע דרשות של דופי. פון אני ואפסי. אז איך(אדער סאטמאר) וויל משתלט זיין אויף די גאס. און מיט העעצן אין דיין טמאנעם צייטונג(פאשקעוויל) קעגן יודישע קינדער שומרי תורה ומצוות.
עס וועט נישט העלפן אלע נארישע תירוצים . אז הלל איז דערשולד אבער א צווייטער . אדער עס האט נישט מיט מיר אלע תירוצים של הבל ופאני.. די גמרא זאגט אין מס' שבת. פרתו של רבי אלעזר בן עזרי' . און אין חגיגה זאגט די גמרא על הכל יביא א-קים במשפט על כל נעלם אפילו הרק בפני חבירו. און אפילו ער שרייט אז ער מיינט לשם שמים.
ראה הזהרנוך.
פאר תשנ"ט האט די קרית יואל פארטיי נישט געגלייבט אז עס קען אזוינס געשען. אל תאמר דבר שאי אפשר להשמע . שסופו להשמע. כי לא לעולם חוסן
זעסט דאך וויא סאטמאר און ספינקא איז געווארן איינס. אדער מונקאטש און סאטמאר. אדער בעלזא מיט מונקאטש וואס עס איז געווען א חרם פון מונקאטש קעגען בעלז.
דיין שטותים מיט הבלים וואס די רעדסט דא צאם פארלאנגט זיך ניטאמאל אן ענטפער
נשלח ב-21/11/2007 01:58
לכבוד הסופר הותיק המכנה עצמו בשם גיור נ"י
. קודם כל ווארט איך נישט אויף קיין ענטפער. איך האב נאר געזאגט דבריים כהווייתן
צווייטענס. דו מיינסט אז יעדער איז א ערענסטער מענטש אזוי וויא דו. ממילא זענען זיי נישט אינטערסירט אויף שטותים מיט הבלים. רוב מענטשען ליגען אין שטותים מיט הבלים . און זיי זענען ביזי מיט יענעמס חטאים . צו זיי האב איך געשריבען מיינע ווערטער.
ועל השלישית לו אשיבנה. ווייל דו ביסט גערעגט ? לאזטו אויס דיין כעס אויף מיר בחנם? איך האב דיר דאך גארנישט געטון . דו האסט דיין מיינונג . און איך האב מיין מיינונג. אויף דעם זענען מיר דא צו דעבאטירן. ובפרט איך בין גארנישט מחולק מיט דיר בכלל. אלע דיינע ביז יעצטיגע תגובות זענען דאך נארמאלע תגובות. נו! פארוואס ביסטו היינט אזוי אין כעס.
כבר היה לעולמים. הונדערטער מאל אזעלכע זאכען. קודם כל גלייך ביים חורבן בית מקדשינו ותפארתינו. לא האמינו כל יושבי תבל ושוכני ארץ כי יבא צר ואויב בשערי ירושלים.
א בית המקדש וואס אונדז האבען מיר אויפגעשטעלט מיט מילליאנען דאללערן בכסף וזהב. איז געקומען טיטוס הרשע ואדריאנוס קיסר. און אוועקגערויבט פון אונדז מיטן כח פונעם דעמאלסדיגן קאורט סיסטעם . און זיי האבען זיך דארטן באזעצט . און אונדז גייען מיר זייט דעמאלס נע ונד. וואס האבען מיר דעמאלס געזאגט. שפחה תירש גבירתה
ב"ה יודען זענען געבליבן. דער קרייז פון די סאטמארע קרית יואל חסידים זענען זייער שיין געטריי און איבעגעגעבן ב"ה. בליעה"ר ביי די חתונה און ביי די שבע ברכות זענען געווען נאר אנשי שלומנו. וזר לא נתערב בשמחתינו. נישט קיין קוקערס און קיין להכעיסניקעס. נאר אייגענע גוטע פריינט כאיש אחד בלב אחד. און ב"ה אלע רבנים אויסער די פעיראלל רבנים זענען אלע געקומען. אפילו דער תולדות אהרן רבי. אדער רבי בערל כץ אדער הגאון הגדול מקארלסבורג וכדומה.
און דעם שקר פון די צווייטע פארטיי פון וויליאמסבורג זעסטו דאך יעצט אפען וויא זיי זענען גרייט צו פארקויפן די גאנצע תורה פאר א נזיד עדשים אזוי וויא עשיו הרשע. זיי רופן לערכאות א מקוה יוד וועגען א פאר טאלער. מיט טויזענט פאלשע היתירים. אני ואפסי איך מעג יענער טאר נישט. . אפילו די מקוה וואלט ח"ו פסול געווען וואלט זיי אויך אנגעגאנגען אין די לינקע פאה. .
אפילו צום ציוניסטישען ערכאות האבען זיי גערופן וואס לשיטת סאטמאר גרענעצט זיך דאס מיט יהרג ואל יעבור.
זייער אייגענער דיין פון סאוט 8 טאמער ער טאנצט נישט מיט ... מיט זייער ערכאות האבען זיי עהם מבזה געווען בריש גלי. בכלומערשט האבען זיי עהם געגעבן ברכה סימא מאי שנא פארוואס דארט מעג מען יא עולה זיין. ? ברוך א-לקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים ונתן לנו תורת אמת
גולה אחר גולה גלתה יהודה כולה . והשב שבות אהלי יעקב והושיענו למען שמך.
נשלח ב-21/11/2007 04:11
עבד עברי, ס'פאסט נישט. אז דו ביזט א זאלי בלייב א זאלי, פארוואס קומסטו שפילן אהרוני? דיינע ווערטער שרייען אז דו ביזט א זאלי. דו מוזט זיך נישט מאכן פאר קיין אהרוני אפילו דו שטיצט דעם עירוב און דו רעדטסט זיך איין אז די אהרונים שטיצן עס אויך.
לפותח האשכול, אדרבא, וויאזוי האלטסטו אז דאס קען פאסירן?
נשלח ב-21/11/2007 17:38
לכבוד ידידי געגאנגען נ"י.
אז דו ווילסט אז מען זאל נאר רעדן פון נארמאל טוישן דעם סיסטעם.
וועל איך דיר דערציילן. אז אין קראון הייטס פאר יארן צוריק האט דער קערעסטירער רבי זצ"ל אביו של הרה"צ רבי ישעי' גרויס שליט"א אדמו"ר מקערעסטיר וויליאמסבורג. געהאט א ביהמ"ד מיט א מקווה מיט שיינע דירות אין א ריזיגע הויז 711 איסטערן פארקוועי. קעגען איבער ליובאוויטש. . דער ליובאוויטשער רבי פלעגט אנפאנג צייטן אליינס גיין אויך אין די מקוה. עס איז דארט געווען א משב"ק יענקעלע. איינמאל האט ער בשתיקה איבערגעשריבען דאס הויז מיטן ביהמ"ד אויף זיין נאמען און געאוטארייזט אז עס איז פארגעקומען וואלן און ער איז געווארן פרעזידענט און ער האט געהאט א רעכט צו שרייבען דאס הויז אויף וועמענס נאמען ער וויל
ווען מען האט זיך געכאפט און מען איז געגאנגן אין קאורט .נאך אלע שלעפערייען און לויער געלט האט דער יענקעלע געווינען און מען האט די גאנצע קערעסטירע משפחה ארויסגעווארפן פון זייער אייגען בית המדרש און הויז.. מען קען קיינמאל נישט וויסען מה יולד יום
אזוי וויא בערך סאטמאר אין מאנסי האט געמאכט א אינוואזיע אויפן בית המדרש חרדים.
און קיוויאשד אין וויליאמסבורג האט געמאכט א אינוואזיע אויף קיוויאשדער בית המדרש אין פען סטריט.
דוד המלך זאגט אין תהלים מזמור לאסף באו גויים נחלתך. פרעגט די הייליגע גמרא . היתכן עס שטייט מזמור לאסף. דאס בית המקדש ווערט אוועקגעגאנבעט און ווערט ל"ע פארברענט פארוואס זינגט אסף?
קינה לאסף מיבעי לי' ? אסף וואלט געדארפט וויינען און זאגען קינות. ענטפערט די גמרא
ער האט זיך געפרייט . ווייל שפך חמתו על עצים ואבנים. די שטראף איז נאר געקומען אויף די עצים ואבנים פון בית המקדש. אבי די יודען זענען געבליבן . נישט אזוי וויא ביים לעצטן חורבן תרצ"ט תש"ד רח"ל וואס "כי אכל את יעקב ואת נווהו השמו" מען האט פארברענט טויזענטער הערליכע בתי מדרשים מיט ישיבות (נווהו איז טייטש די שיינע בתי מדרשים) און אויך כי אכל את יעקב מען האט נעבעך די יודען אויך פארברענט אבער דא ב"ה איז נאר שפך חמתו על עצים ואבנים.
זאל ער זיך האלטן מיט די עצים ואבנים אבי די יודען זענען נישט זיין.
אפילו דער מלך סדום האט פארשטאנען און געזאגט פאר אברהם אבינו ע"ה "תן לי הנפש" ענדערש געב מיר די חסידים "והרכוש קח לך" האלט דיך מיט די בניינים. האט עהם אברהם רבינו גענטפערט " ח"ו" מענטשען נפשות זאלען בלייבן בי מיר . און אז איך קען נישט ערלעדיגן די רכוש . דעמאלס זאל ענדערש בלייבן די רכוש ביי דיר "
דו שרייבסט אז איך רעד מיך איין אז די אהרונים שטיצען דעם דעם עירוב.
באמת איז מיר און רוב תושבי וויליאמסבורג כמעט נישט קיין נפ"מ צו דער רבי (סאטמאר קרית יואל) האלט פונעם עירוב אדער נישט. ב"ה עס איז דא רבנים גדולי עולם וואס זענען עס מחזק ואטו כי רוכלא . הגאון ר' פישל. והגאון הישיש מאודווארי. הגאון ר"י ראטה מקארלסבורג. הגאון רח"ל כץ מסערדאהעלי. הגאון מיאקא. ולהבחל"ח הגה"צ נוחי עדן מייסדי היישוב מפאפא. מווין ר"י שטייף. רחמ"ד ווייסמאנדל. מאראד. מסאמבאטהעלי. משטשאקעוו. משארמאש. ממאזשוי. מהר"י מאשכנזי בשם רבה"ק מסאטמאר . זכר כולם לברכה. פון די אלע איז דא געשריבענע ברייוון בכתב יד קדשם אין ספר אוצרות ירושלים.
ומי שמשתמש בהעירוב יש לו ב"ה על מי לסמוך. חאטשיג נאך וויא אויף די מקוה (ירחצו ידיהם על ראש החלל) און חאטשיג נאך וויא אויפן בוטשער ממליחה ואילך וכדומה. .
( און ער קען זיך אויך פארלאזן אויף די צוואנציג יאר ווען מען האט זיך נאך געמעגט משתמש זיין מיטן ראדני עירוב חאטשיג עס איז פתוח צו לי עווע. און צו בעדפארד (וואס לשוטתם איז עס א רה"ר דאורייתא) .
נאר וואס דען דעתי איז יותר נוטה צו די שיטה פון הרבי מסאטמאר קרית יואל ווייל ער האט בפירוש געזאגט דעת תורה מיט נארמאלשאפט.אז קיינער זאל דעם צווייטן נישט נאכשרייען (עיין תוס' ריש יבמות אז מען זאל מעגן נאר חתונה האבען מיט אשת אחיו איינמאל יא און נישט עיי"ש זאגט תוספות. אז טאמער מען זעהט משוגעת קען עס נישט זיין אז דאס איז תורה. ווייל דרכיה דרכי נועם.אונזער תורה איז נישט געשטעלט מצער צו זיין יודען ...לעונג ניתנה ולא לצער)
אלע(רובם ככולם) וואס דרייען זיך ביי רז"ל פארטיי איז נאר ווייל זיי ווילען איינרעדן די גאס אז מען גייט שוין בדרכי נועם. זיי האבען עפעס חשבונות מיטן רבין (קר"י) .וועגען דעם קום איך דא אויף היידפארק מגלה זיין פני הלוט וואס יעדער ווייס ממילא . אז להד"ם לא היה דברים מעולם. . יעצט איז נאר ער דער טעראריסט . הוא ואין בלתו.
ווען נחום האט נאך נישט געהאט קיין האט ליין. פלעגט ער כסדר אויסשיקן בריוון צו אלע רבנים .(מען קען זעהן די בריוון אויף 613אינטערנעט) האט ר' הלל הידוע . געזאגט פאר רז"ל . דער רבי מוז עפעס טון ווייל דער נחום מאכט חרוב דאס יודישקייט . האט רז"ל גענטפערט. ווער הייסט דיר לייענען וואס נחום שיקט? האט ר הלל געזאגט . מען באקומט דאך עס אויף די פאסט. האט רז"ל גענטפערט. אזוי וויא זעה אז עס קומט פון נחום צורייס איך עס עס אינטערסירט מיך נישט וואס ער האט צוזאגען ! והמבין יבין.
אז א מענטש האט נישט קיין געפיל איז ער בבחינה והגבעונים לא מבני ישראל המה. (סימן יש באומה זו)
די נאכט וואס זיין ברודער און להבחל"ח זיין שוועסטער ע"ה מאכען חתונה זייערע אייניקלעך און ער דרייט זיך מיטן א היט פרעך. ווייזט ער ארויס אז ער איז טאקע א בעל מדות (כדברי רח"ו על הפסוק גבי מרגלים "אנשי מדות") אזוי וויא דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע האט געזאגט. רירט עהם נאר אהן דעם עק בעקיטשע וועט איר זעהן צו ער איז א בעל מדות.
א וודאי וועט ער זיינע שמד שטיק אריינלייגען אין די תורה. לא חרבה ירושלים אלא על שהעמידו דבריהם על דין תורה. אלעס האבן זיי געזאגט אז דאס איז די תורה.
ער האט ברבים ארויסגעוויזן אז זיין טאטענס ווערטער איז גארנישט מיט גארנישט. נו! ואס קען א בחור קלערען . אז וואס דער ברך משה האט געזאגט מיינט גארנישט. דעמאלס מסתם וואס דער דברי יואל ויואל משה זאגט. איז אויך גארנישט.
ביי די פרשה פון עירוב האט די גאס אפען געזעהן. אז נישט וועגען דעם איז סאטמאר ברוגז אויף די ציונים . ווייל דאס האט צו טאן מיט אמונה. נאר פשוט אז איינער זאגט אנדערש וויא זיי דארף מען עהם רודפן. דבר שהיה בכלל ויצא מן הכלל לא ללמד על עצמו יצא אלא על הכלל כולו יצא. און דאס האט ב"ה מורינו ר"א ממתיק געווען. און האט געוויזן אז לאו דוקא ... נישט יעדער וואס טוט אנדערש וויא אונדז איז אפיקורס און מען דארף עהם רודפן.
נאר דער וואס צוברעכט און האקט אויף אונדז דאס איז שוין עפעס אנדערש. דאס וואלט רבינו הקדוש זי"ע אויך נישט צוגעלזאגט כמובן.
ווער ווייס דען נישט אז איינמאל האט הגאון הקדוש רבי שאול בראך זי"ע מסדר קידושין געווען אויף א פלאץ וויא דער מנחת אלעזר האט געהאט רשות. האט דער מנחת אלעזר עהם רח"ל געשאלטן בגידופין נוראים. (אין רצוני לכתוב הדיבורים)
דאס האט נישט געהאט צו טון מיט ציונות. ווייל רבי שאול בראך(זיידע פון רבי בערל פ"מ נ"י) רבו המובהק פון קאשויער רב הגה"צ רבי רפאל זי"ע) איז נאך געווען אזא קנאי וויא דער מנחת אלעזר. אבער דאס נעמט נישט אראפ ח"ו פון די קדושה און צדקות און גאונות פונעם הייליגען מנחת אלעזר זי"ע וואס ער איז געווען א רשכבה"ג באמת כגובה ארזים גובהו בנגלה ובנסתר. . ווייל אזוי וויא יענער האט אנגעגריפן איז די זאך אנדערש כמובן.
משא"כ סתם צו באפאלן מענטשען וואס טוען אנדערש וויא רז"ל פארטיי וויל . דאס איז פרעך און שחץ און אני ואפסי. עס ווייזט וואסערע בעל מדות ער איז מיט זיינע מענטשען. און עס ברענגט ארויס געפילן אז די גאנצע טעם וואס רבה"ק האט גערודפט די פרומע ציונים איז אויך נאר ווייל זיי זאגען אנדערש וויא ער .
א בחור פרעגט מיך אזוי. אלע יארן האב איך געוויסט אז אונזער רבי דער ברך משה . זיינע ווערטער האבען עפעס געמיינט . יעצט נאכן הספד אויף מהר"א לייטנער ז"ל זעה איך אז זיינע ווערטער זענען גארנישט. איז מסתם דאס וואס ער האט געהאקט אויפן בעלזער אויך גארנישט ווייל עס איז נאר געווען סטריקלי ביזנעס וועגען הכשרים. והא ראי ביי די הנחת אבן הפינה אין ארץ ישראל האט באשיינט הרב שך . א ציוני ממש. און אויך הרב אויערבאך א תלמיד פון הרב קוק. .
דעמאלס האט מיך דער בחור געפרעגט קומט אויס אז דעם ויואל משהס ווערטער זענען אויך גארנישט . נו! וואס האט מען טענות דוקא צו רבי א. אז ער האט אויפגענומען דעם ערלויער וואס איז מתנחל און א עכטער ציוניסט. נו! וואס איז יא דער אמת.???
און צו דעם פותח האשכול וואס דו האסט טענות אז דאס באלאנגט נישט אהער . באמת באלאנגט דאס אין יעדעס שטיקעל ווייל דאס איז איין קייט פון שנאת ע"ה לת"ח. זיי קענען נישט צוצוקען אז זיי זענען געבליבן נאר מיט בניינים אבער חסידים שמעקן און ווייסן דעם אמת. ב"ה.
עס איז געווען עטליכע חסידים אין די שטאט מאדע אין אונגארן .און דער שוחט פון וועם די גאנצע שטאט האבען געגעסען איז נישט גוט געווען פאר די חסידים זיי האבען זיך גענומען א אייגענעם שוחט (קר"י שחיטה בדרך הלצה)
דער רב האט נישט פארשטאנען וואס איז שלעכט מיט דעם שוחט. שפעטער האט מען געכאפט דעם שוחט רח"ל בתוך עלמות תופפות . האט דער רב געהאלטן א דרשה און געזאגט ברבים.. יעצט זעה איך אז חסידים האבען א שמעק און זיי וייסען ווער עס איז יא און ווער עס איז נישט.
אזוי דא ביי אונדז אויך. ב"ה חוץ די פעיראלל רבנים.. אלע רבנים און אדמורי"ם בין בארץ בין בחו"ל . זקני החסידים האמיתיים. ואטו כי רוכלא. רבי יוסף יושע גראס. רבי שמואל בראך. רבי יקותיאל הערש. רבי מרדכי גאנז. רבי וואלף גליק. רבי מאיר שטיין. רבי יצחק גוטמאן אביו של רבי חיים קלמן. רבי שמואל אבערלענדער. רבי זכרי' ברונער. רבי זלמן ליכטמאן. רבי יוסף חיים גרינוואלד. רבי שמעי גרינבוים. רבי יונה ראטה. רבי חיים אלטר. רבי שמשון ראאב.
די אלע זענען נישט איינגעשטעלטע. ווייל פון איינגעשטעלטע איז קיין שום ראי' כמובן. (כעין מה שכתבו הפוסקים שדעת הרא"ש ובנו הטור ותלמידו רבינו ירוחם ושאר ...הם נחשבים רק כדעה אחת לפי שהם כפופים לו.) (להבדיל בין הראשונים צווישן די היינטיגע)
א פרוי פון א עם הארץ האט ביים סדר ווען מען האט געזאגט אין די הגדה "מעשה ברבי אליעזר ורבי יושע ורבי טרפון ורבי עקיבא" האט זי געמיינט אז דאס איז די מכות. האט זי אראפגעגאסען וויין פונעם בעכער . האט דער מאן געפרעגט וואס טוסטו?? האט זי געזאגט אז דאס איז דאך די מכות ווען מען דארף גיסן וויין. האט ער געשריגען ! געוואלד! דאס איז דאך רבנים! ווען עס איז שפעטער געקומען צו די מכות "דם . צפרדע. כינים ." וכדומה האט די פרוי שוין מורא געהאט צו גיסן. האט איר דער מאן געפרעגט. פארוואס גיסטו נישט וויין? האט זי גענטפערט אז דאס איז דאך רבנים!!! האט ער גענטפערט. ניין! די פריערדיגע זענען טאקע געווען רבנים!! אדער די יעצטיגע זענען שוין מכות!!!
אבער מה דאך מה דאך ! מכ"ש מכ"ש ! מה דאך אמאל איז א איינגעשטעלטער נישט געווען גערעכענט כ"ש היינט. וד"ל
ברוך א-לקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים ונתן לנו תורת אמת.
נשלח ב-21/11/2007 17:57
עבדעברי
הגם בדרך כלל ביסטו קרעדעיבל אבער מיט די קרערעסטירער מעשה האסטו נישט קיין הענט אין פוס
יענער האט נישט איבערגעפירט גארנישט אויף זיין נאמען, ער האט פשוט נישט געוואלט ארויסמופען פון דארט ווען זיי האבען געוואלט פארקויפען דעם בנין, ווייל ער האט אלעמאל געפריט דעם בית מדרש. אבער זיי זענען געגאנגען אין קאורט אין אים ארויסגעווארפן.
אין ער האט געמופט קיין בארא פארק.
נשלח ב-21/11/2007 19:05
ב"ה אז די זאך איז פארטיג. מיט דעם האט זיך געשלאסן א תקופה פון אויסגעבן מיליאנען פאר די קאורטס.
ר' אהרן מ'סאטמאר איז א בעסערער פירער, און מיט בעסערע טאלאנטן צו זיין רבי ווי זיין ברודער ר' זלמן לייב.
טויזנטער! בלי גוזמא זענען דורך זיינע מענטשן טעראריזירט געווארן. מוז נישט זיין אז עס איז אויסגעפירט געווארן מיט זיין פערזענליכע שליחות. א פאקט איז אז די אלע חסידים פון ר' ז"ל זענען זיינע געשוואוירענע שונאים, און דאס קומט נישט איבערנאכט. דאס איז הארעוואניע פון יארן שווערע ארבעט.
פארשטענדליך, אז צורויבן מיליאנען דאלער'ס נכסים איז נישטא קיין שום רעכט.
מה' יצא הדבר, אז דוקא זיי האבן געווינען, און עס איז זיכער לטובה פון אלעמען.
תוקן על ידי הערשעל ב- 21/11/2007 19:12:27
נשלח ב-21/11/2007 19:18
וואס איז די מעשה מיט די אלע בני יואלס וואס האבן זיך אריינגעצויגן אין אונזער פארום, עבד עברי, השר מקוצי, הערשעל און קליינע קאפ.
נשלח ב-21/11/2007 19:26
ערשטנס, סטעמפל נישט אפ קיין מענטשן. גאנץ מעגליך אז דו ביסט זיך טועה.
שנית, לייען גוט מיינע ווערטער. איך האלט אז ר' אהרן איז זייער פאסיג צו זיין רבי, ער איז מלא מעלות, חוץ איין גראבע חסרון אז זיינע מענטשן האבן געוועלטיגט מיט א אייזערנע שפיציגע פויסט קעגן אנדערע מענטשן.
ועוד בה שלישית, אז דארפסט זיך פרייען אז דער פארום ווערט נייטראל מיט אנדערע מיינונגען ווי דיר.
_________________
נשלח ב-21/11/2007 19:57
עבד עברי , איך מוז דיר זאגן דיין תגובות איז זייער גיט די מאכסט עס אזוי גוט אז איך ווייס באמת נישט ווי די באלאנגסט הלנו אתה או לצרינו, די דרייסט זייער גוט מיטן צינגל.
נשלח ב-21/11/2007 20:29
הערשעל שרייבט צודערזאך מען מוז האבן א קאנקורענט אז נישט טוט מען מיט'ן עולם וואס מ'וויל
נשלח ב-21/11/2007 20:42
געגאנגען כתב:
לפותח האשכול, אדרבא, וויאזוי האלטסטו אז דאס קען פאסירן?
נמנו אנשים חכמים ונבונים, אנשי חיל יראי אלקים, אנשי אמת שונאי בצע. מ'שטעלט צוזאם אזא קאמיטע פון דיינים מיט א דעת תורה און אנשים חשובים מיט א דעת בעל הבית, עלטערע און יונגערע. און מ'זעצט זיך אראפ און מ'ארבעט אויס שטארקע יסודות'דיגע און קלארע שטאטוטן וויאזוי די קהילה זאל זיך פון היינט און וויטער פירן און אנגיין. ביז ווי ווייט וועמענס כח גייט יא און ווי ווייט נישט.
וועמען? איך וועל געבן א משל. אין קרית יואל איז דא א ביד"ץ פאר חושן משפט, דארט זיצן יונגעלייט דיינים, ערנסטע און קלוגע בעלי דעת, וועלכע פארשטייען דעם דעת תורה און אפילו מיט א בעל הבית'ישן בליק. אז מען שטעלט צוזאם א קאמיסיע פון אזאלכע דיינים ווי זיי, (נישט קיין פעיראלל דיינים), צוזאמען מיט ערנסטע בעלי בתים עקזיסטירנדע ראשי קהילה וועלכע קענען די תהלוכי הקהילה, ווי אויך סתם בעלי בתים חשובים וועלכע פארשטייען 'אונז' די 'בני הקהילה', קען מען אויסארבעטן שטארקע קלארע און ווירקזאמע יסודות צו פרובירן בעזה"ש צו פארזיכערן אונזער עתיד.
ס'איז שווער צו זאגן אויף איין פיס 'וואספארא' תקנות מען דארף מתקן זיין, און 'וויאזוי' דאס אהערצושטעלן. אבער די איין זאך איז גענוג אנצואווייזן, אז 'וואלן' מוז פארקומען יעדע פאר יאר, 'וואלן' איז אן אומבאשרייבליכער כח, און ווען עס איז נישט דא קיין וואלן איז דאס אן אומבאשרייבליכער חורבן, און די גרעסטע עוולה וואס איז נאר דא.
ווען סיי ווער ביים שפיץ ווייסט אז ס'וועט קומען א טאג פון 'וואלן', א טאג וואס אויב 'אונז' זעמיר נישט צופרידן פון די ארבעט וואס ער טוט וועט מען אים אראפשטעלן, דעמאלטס איז דא אסאך מער שאנסן אז ער וועט זיך אנשטרענגען צו טון דאס בעסטע לטובתינו, פאר 'אונזער' טובה און פאר די טובה פון די קהילה, נישט נאר פאר זיין אייגענע טובה.
עס קען אויסקוקן ווי חלומות, און עס איז זייער מעגליך אז עס איז חלומות, אבער נישט וועגן ס'איז נישט מעגליך דורכצופירן. מיר האבן א כח! יא, 'אונז' די מעמבערס האבן א כח, 'אונז' די פשוטע אידן האבן א שטארקן כח! ווייל 'אונז' זעמיר די וואס גיבן געלט, 'אונז' זעמיר די וואס זענען מנדב געלט אויפצוהאלטן די קהילה און בתי מדרשים, 'אונז' זעמיר די וואס זענען מנדב געלט אויפצוהאלטן און אויפצושטעלן די מוסדות! און 'אונז' האמיר די רעכט, און יא אויך די מעגליכקייט צו פארלאנגען דראסטישע טוישן אינעם סיסטעם צו פארזיכערן אז די ליידן וואס מיר האבן שוין געליטן, די ווייטאג וואס ציפט נאך, די אומרעכט וואס שטעכט נאך, זאל זיך מיטן אייבירשטנס הילף נישט נאכאמאל איבערשפילן!
יא עס איז מעגליך! צו וועט דאס געשען? דאס ווענד זיך אין 'אונז', אבער דאס איז אויסדריקליך אז מעגליך איז עס. רבי געלט האמיר שוין באקומען. מיסטעיקס פון וואו זיך צו לערנען האמיר שוין געהאט איבער און איבער גענוג!
איך בין איבערצייגט אז רז"ל אין זיינע זיבן י אר, האט אויסגעטיילט פיל מער רשעות פאר זיינע שונאים ווי מ'האט געטאן אין די אלע יארן.
און לאמיך ארויסברענגען עטליכע פאינטס
פאינט 1 = די טענה פון טעראר: האט זיך עס אפגעשטעלט? אין קרית יואל האט מען קיינמאל נישט גע'רודפט קיין ארונים. נאר בני יואל וכת דילם.
איצט ביי די זאלונים איז די זעלבע זאך... זיי טשעפן נישט זייערע מענטשן (חוץ כ"ץ)... זיי טעראריזירן נאר זייערע שונאים...
פאינט 2: = די טענה פון "הנהגת התורה / רבנים זאלן האבן א ווארט וכדומה:
די טענה פון די זאלונים איז געווען אז מ'דארף אריינברענגען דעם בעל מדות, ווייל ער וועט לאזן אלע רבנים זאגן זייער מיינונג.... אן קיין טעראר - ביז ביז ביז...
דער מציאות איז אז קיין שום רב האט נשט קיין רעכט צו זאגן זיין מיינונג קעגן זאלי און זיין קאמפאני, איבער דעם עירוב. ער ווערט פארשריגן.
ווער געדענקט נישט ווען די זאלונים האבן אנגעהויבן טעראריזירן רבי שמעי' גרינבוים, דערנאך הרב ביק, דערנאך אנדערע רבנים - פאר'ן נישט גיין אין שפאן.
פאינט 3: = פעיראלל בית דין - מקבלי שוחד. פינקט ווי משפט שלום.
דער נועם המידות האט פאר פאליטישע צוועקן געמאכט א בית דין. א ראבד"ד מיט א גראב"ד.
ווען איינער האט א סכסוך מיט זייער קהל, רופן זיי אים אין קאורט - און זייער פורים בית דין איז שטיל...
ווען יענער גייט זיך באקלאגן צום פורים בית דין, זאגט מען אים קלאר: מיר קענען גארנישט טאן. מיר וועלן גארנישט טאן ! וואס איז דאס?
פאני בעלאני בית דין? סדום בית דין? ג' רועי בקר? אדער גאר א סאדאם כוסעין טריבונאל.
נשלח ב-21/11/2007 23:34
מיין טייערער ידיד כל בית ישראל "גוטזאגער" נ"י
קוק וואס איך האב געשריבען אין אנדערען פורום . ביי א אשכול אז עס איז יעצט א גוטע שאנס שלום צו מאכען
איך האב געשריבען דארטן וויא די וויליאמסבורגע נועם המדות פארטיי האט גענומען אזא יוד וויא רבי יוסף יושע גראס נ"י מזקני תלמידי רבינו הקדוש זי"ע א צובראכענעם איד א אלמן. און אינמיטן לערנען אין ביהמ"ד אין ראדני עהם באשריגען . שייגעץ און ארויסגעווארפן בחרפה ובושה . ווייל ער איז נישט מיטשטימיג מיט די היינטיגע הנהגה . דאס איז נישט טעראר? נאר דאס איז בארעכטיגט!!!
וויא זענען די חברה וואס עס ווייטיגט זיי טעראר ? יענעמעס בלוט איז הפקר? עס איז דאך ממש רציחה המלבין פני חבירו ברבים . . נאר ווייטער אני ואפסי !!! איך מעג טעראריזירין . דו טארסט נישט .. פארשטאנען. . עד כאן .. קוק דארט נאך ויונעם לך . זיי געבענטש מיט אלע שרייבערס צוזאמען את אשר ישנו פה ואת אשר איננו פה עמנו עומד היום. כולם יתברכו ממעון הברכות