ליינענדיג דא די אנאליסטן און די לעגאלע מוחות צונעמען די פסקים פון די ניו יארק סופרים קאורט אז מיט דעם פסק האבן די ארוינים באקומען דעם בית החיים אין קרית יואל, געווינען בארא פארק און אויך שטערקער געווארן אין קרית יואל האב איך ערווארט די גרויסע טרויאמפדיגע העדליינס אין דער בלאט, אזוי ווי עס איז געווען נאך די פילע געווינסן ביז יעצט אין דעם פראפעגאנדע צייטונג פון דעם פארטיי.
דערווייל גארנישט, קיין ווארט נישט פון די מאניומענטאלע געווינסן אויף די העדליינס .
וואס איז פשט?
נשלח ב-23/11/2007 07:34
גראדע די בלאט שרייבט שוין נישט קיין פאליטיג און וועגן קארט שוין באלד צוויי יאר ,
ביי די געווינס און בארא פארק (ווען די ריכטער האט ארויסגעווארפן די קעיס קעגן סאטמאר) האבן זיי אויך נישט געשריבן קיין ווארט
פארגעסט נישט דער ביה"ח איז שוין ליידער כמעט פול, און צו קענען אויסברייטערן דעם ביה"ח מוז מען צוקומען צו א איד וואס הייסט מאיר הירש, וואס צוליב אידעאלאגישע סיבות פארהאנדלט ער נאר מיט סאטמאר.
נשלח ב-23/11/2007 18:01
הייסט ארענדער ביסט מודה אז די יעצטיגע און די נייע בית החיים בלאנגט פאר אינז,
נאר די זאגסט אז מאיר הירש וועט שטערן צו בויען די נייע חלקה זארג דיך נישט מ'קען זיך אן עיצה געבן דערמיט
נשלח ב-23/11/2007 18:07
אוודאי, אויבן אין הימל באלאנגט עס פאר ענק. אבער דא אויף דער וועלט איז דאך אן עולם השקר, און אויפ'ן עולם השקר זעמיר ליידער אונז באלעבאס.