סקאט מאלען האלזט רז"ל אינמיטן גאס
דאס איז געווען א סייט וואס וויליאמסבורג האט שוין לאנג נישט געזען, דער סאטמארער רבי האט זיך געקושט אינמיטן גאס מיט א גוי.
געווען איז דאס נאכדעם וואס דער פסק איז ארויסגעקומען. די זאליס זענען פאר סאם ריזאן געווען זייער אויפגעלייגט און דער ממלא מקום פונעם בעל ברך משה זי"ע, האט באשלאסן אז לכבוד אזא גרויסן טאג דארף ער פריוואט באדאנקען פאר'ן לאיער וואס האט געראטעוועט זיין רביסטעווע.
די גרויסע שמחה האט זיך אנגעפאנגען נאך דינסטאג אינמיטן דאווענען ווען דער גבאי פון רבי'ן, הר"ר יודל וויינשטאק שליט"א, איז אריינגעקומען אינמיטן שמו"ע, און אריינגערוקט א צעטעלע און אראפגעלייגט אויפ'ן רבי'נס סידור. א ברייטער און הייליגער שמייכל האט זיך אויסגעשפרייט אויפ'ן רבי'נס געזיכט, און דער רבי האט שנעל פארענדיגט שמו"ע, צוליב די גרויסע שמחה. די איבעריגע טייל פונעם דאווענען איז שוין געגאנגען זייער שנעל, ווייל דער רבי האט געוואלט אהיימקומען וואס שנעלער צו קענען פייערן דעם גרויסן זיג בקדושה וטהרה.
דער רבי שליט"א איז נארוואס אהיימגעקומען און ס'איז געקומען א ידיעה אז סקאט מאלען איז אט אט דא. דער רבי שליט"א האט באשלאסן צו ווארטן. סקאט מאלען קומט אן ביז א קורצע מינוט, און טאנצט ארויס פון קאר אינגאנצן אן איבערגענומענער. ער לויפט צו צום רבי'ן שליט"א, און גיט אים די הענט, און פון גרויס איבערגענומענקייט נעמט ער ארום דעם רבי'ן און גיט אים א ברייטן hug. דער רבי איז געווען אין א דילעמע, אבער פארשעמען א גוי האט ער נישט געוואלט, און דעריבער האט ער מוותר געווען אויף זיין גרויסן כבוד, ואף הוא ענה כנגד המברך.
וויליאמסבורג איז אויף מיט די געוואלדיגע עניוות פון רבי'ן שליט"א.
(נ.ב. איך וואלט געקענט שרייבן רז"ל אנשטאט סאטמארער רבי, אבער כ'האב אריינגעקלערט אז ווען מען זאגט "סאטמאר רבי" און "ממלא מקום" קוקט די מעשה אויס סאך מער איראנישער... און צו די זאליס וויל איך זאגן, דאס איז ענקער רבי, און דאס איז ענקער שטאלץ! עסט ענק אויף ענקערע הערצער מיט די בושות וואס ער מאכט ענק!)
_________________
כאפטס אריין א וואדקע
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 26/11/2007 3:58:40
 |
|
|