| נשלח ב-2/12/2007 08:49 |
|
| |
האדמו"ר מסאמאר: בעט אויף סייעתא דשמיא אויף נייע שחיטה פאר גסות
סאטמארער רבי שליט"א האט במעמד רבבות מישראל, געלאזט מעלדן אז מיט די גוטהייסונג פון גדולי הרבנים הייבט ער בעזהשי"ת אן מיט א פראיעקט פאר שחיטה פאר גסות, בתכלית הכשרות, און געבעטן דעם עולם מתפלל זיין אויף הצלחה
אויך האט ער געמאלדן איבער די נייע תקנה צו אלע מחותנים וואס מאכן חתונה בשטומ"צ, צו בענטשן נישט שפעטער ווי 11 שארף, כדי אלע מסובים און קרובים זאלן דעם אנדערן טאג קענען לערנען פארטאגס, ותמידים כסדרם.
_________________
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 02/12/2007 9:11:28
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2007 09:08 |
|
| |
די נייע שחיטה גייט זיין ביי מיעל מארט, כפי השמועה
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2007 10:02 |
|
| |
די ארונים ווילן מען זאל פארגעסן די פלאפ מיט די אריזאנע ווייץ, קומען זיי אויף מיט שחיטה. ווען די שחיטה וועט פלאצן ווי א זייפן בלאז וועט קומען מעקסיקאנער טשיז דעלקעלעך פאר שבועות.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2007 10:08 |
|
| |
אידעלע, ר' משה פינקעל פארקויפט דיר גערן פלייש...
און א הכשר האסטו א פארטיגן "ממליחה ואילך".
זיי זיכער אז דער רבן של ישראל האט גערעדט צו רבבות אידן, אבער נישט צו דיר.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2007 10:23 |
|
| |
צדיק, וואס גייט פאר מיט די אריזאנע ווייץ? דערצייל אלעס. דערנאך וועלן מיר צוריקומען צו די שחיטה
די שחיטה איז נאכנישט דא, די אריזאנע ווייץ איז שוין נישט דא.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2007 14:16 |
|
| |
און אלפי רבבות חסידים ואנשי מעשה המדקדקים בקלה כבחמורה וכמו כן רבנים וגאונים זענען מדקדק צונוצן נאר די אריזאנא ווייץ ווייל דאס איז די מערסטע מהודר וועגן דעם איז שוין טאקע נישטא צו באקומען .
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2007 18:45 |
|
| |
לעידיס ענד דזשענטעלמען, איך האב נישט קיין ברירה, דאס מאל האט מיך אידעלע געכאפט, וועל איך מוזן טאקע דערציילן פונקטליך וואס גייט פאר מיט די אריזאנא ווייץ
איך בעט זייער די ארונים זאלן מיך נישט באפאלן, וואס איז אמת דאס איז אמת, מיר מוזן זיך אונטער געבן צו אידעלע
די מעשה מיט די אריזאנע ווייץ איז ווי פאלגענד (סארי, איך וויש מיר די טרערן)
מען איז געפארן אויף אריזאנע און מען האט געשניטן דארטן ווייץ פאר מצות לפסח (אוי רבונו של עולם, זיי דיך מרחם אויף מיר, איך קעןן נישט, ניין, איך קען נישט, אקעי, אידעלע, איך האב נישט קיין ברירה, איך דערצייל ווייטער)
עס איז מורא'דיגע מהודר'דיגע ווייץ וואס לעזט אלע שאלות וואס מען טרעפט אין די פוסקים
פאר א יאר האבן שוין עטליכע טויזענט משפחות אין ניו יארק פון די קהלות סאטמאר, פאפא, צעהלים און נאך א 15 קלענערע קהלות פון רבי'ס און רבנים אין בארא פארק, מאנסי און נאך, געגעסן מצות פון אריזאנע ווייץ, און נאך אנדערע האבן געוואלט קויפן נאר אזעלכע מצות אבער עס איז געווען א מאנגל אין די ווייץ (אוי מה הי' לנו, רבונו של עולם, עד מתי, האב רחמנות)
היי יאר האט מען געשניטן פי כמה, צענדליגער טויזנטער פונט ווייץ צו קענען נאכקומען דעם גרויסען פארלאנג (אוי, דאס הארץ דאס הארץ, הצלה הצלה, רופטס הצלה, איך בעט ענק, אידעלע איך קען מיך אפשטעלן? ניין? אקעי, געב איבער א גריס מיין משפחה, זאג זיי איך וועל זיין א מליץ יושר פאר זיי אלע, איך וועל עס נישט איבערלעבן, אבער איך מוז ווייטער דערציילן, אידעלע הייסט)
אויב איז נישט גענוג געווען, האט מען אויך געשניטען היי יאר אין ארעגאן ווי מען האט געטראפן נאך גאר מהודר'דיגע ווייץ, און עס האט צוגעברענגט אז די זאליס, וואס האבן דארט געוואלט שניידן, האבן זיך געמוזט בייסן די ליפן
אבער (אידעלע, דא קומט עס, רוף מנין, יציאת נשמה, דאס איז עס, אשמנו בגדנו גזלנו דברנו דופי וכו', שמע ישראללללללללללללללללללללללללללל), לויפער פון מתי שוא האט אלעס גע'אסר'ט!!!!!!!!!!!!
(הלוית המת, די לוי' פון הרה"ח ר' שור שנגח ז"ל וועט פארקומען היינט נאכמיטאג פארנט פון גרויסען סאטמארער ביהמ"ד אויף הופער סטריט')
אידעלע: הופער? דער בית החיים איז דאך אונזערס? שקצים גנבים, קרקע גזולה
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2007 19:58 |
|
| |
א שאד! איך האב דיך דאך געווארענט אז מיט לויפער לוינט זיך נישט אנצוהויבן!
אבער זיי נישט געזארגט, לויפער וועט קער נעמען און שיקן פיש פאר די אלמנה מיט יתומים.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2007 20:16 |
|
| |
און וואס טוט זיך מיטן צלע י"ב, פלוצים דארף מען מחמיר זיין און עס איז מער נישטא קיין עפרא??? וואס איז פלוצים געשעהן, מען האט זיך גענומען לערנען ניקור אויף די עלטער און איינגעזעהן אז קיין מיינונוג אין יא א מיינונג???
_________________
הכל שריר וקיים
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2007 21:29 |
|
| |
פארלעסליך און לולא, איר קענט אלע רואיג עסן ר' משה פינקעל'ס מהודר'דיגע פלייש, מיטן הכשר פון דעם וואס האט געמאכט אן עירוב פאר די פוילישע גוים...
איר ווייסט אפשר וועלכן גרויסן בעל מכשיר איך מיין?
ער גיט א הכשר אויף פינקעל'ס פלייש.
אגב, מאחורי הפרגוד הער איך אז ער האט מיט זיך נאך 3 רועי בקר, וועלכע האבן עפעס א לישכה אויף קיעפ סט.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2007 21:40 |
|
| |
געהערט אז עס גייט נישט נישט זיין מיט מיעל מארט נאר א עקסטערע זאך
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2007 21:40 |
|
| |
זשוליאני, איך ווייס נישט ווי לולא קומט דא אריין אין בילד, אבער מיין פראגע איז דערווייל געבליבען אומפארענטפערט!
_________________
הכל שריר וקיים
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2007 21:41 |
|
| |
פארוואס נישט מיט מיעל מארט?
_________________
הכל שריר וקיים
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2007 21:42 |
|
| |
ביי די וועי דער רבי האט נאך אמאל געזאגט אויף די ניקור
"חס ושלום צו זאגען אז עפעס איז נישט גוט געווען ביז יעצט"
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2007 21:45 |
|
| |
זשוליאני, כהאב פאר דיר נייעס, נישט נאר רעב לוזערס טאטע, נישט נאר ער אליינס, נישט נאר דיין טאטע, נישט נאר דו אליינס, נאר גאנץ סאטמאר עסט שוין 30 יאר פלייש פון דעם "פינקעל" בעל מכשיר, סאו גא אן, לויט רעב לוזער קומט דיר קנאפע מיליאן עפרא לפומי'ס....
|
|
|
|
|