ר' נפתלי בלומענפעלד די מנהל פון די קווינס ישיבה, האט פאריגע וואך דארנערשטאג לכבוד כ"א כסלו געהאלטען א העצערישע פארטיי דרשה אין קווינס ישיבה פאר די בחורים.
צווישען זיינע ווערטער האט ער געפערליך פארפירט אז די בחורים קומען נישט צו זאלי צו שלש סעודות און ווער רעדט נאך פונעם טיש פרייטאג צונאכטס וואס מען זעהט כמעט נישט קיין קווינס בחור.
ער האט געזאגט אז די פארנטשעס איז ליידיג יעדע וואך און אפילו די ביסיל בחורים וואס זענען דארט גייען אויך נישט ארויף אויף די פראנטשעס ווייל עס איז געווארן א ליצנות ביי די בחורים, און א בחור וואס שטייט אויף די פראנטשעס לאכט מען פון אים אין ער הייסט א צוריק געבליבענער.
דאס זעלביגע איז ביים דאווענען וואס די בחורים דאווענען איבעראל אבער נישט אין ראדני, און די שול איז ליידיג און די בזיונות איז גרויס.
ער האט געזאגט אז ער איז מחייב יעדע בחור צו גיין צום טיש און אנפילען די פארענטשעס, און אויך דאווענען אין ראדני, נישט ווייל אונז זעמער א פארטיי הייס איך דאס, און נישט אז זאלי פארלאנגט עס, נאר אלס הכרת הטוב פאר ר' זלמן לייב...
טייל עלטערען זענען געפערליך גערעגט אויף די דרשה, די בחורים לאכן זיך אויס און זאגן אז זיי פייפן אויף בלומענפעלד.
נשלח ב-4/12/2007 05:48
כא כא כא
סתם א לץ
ער גייט פאר חסידות?
ווער געדענקט דען נישט ווען ער האט פארפירט קעגן די טישן פון ברך משה זצ"ל
ער פלעגט חוזק מאכן פון די תמימות'קייט פון די בחורים ווי ער פלעגט זיי רופן שווענץ.
היפאקריט!!!
ער פירט נעבעך א באנקראפטירטע ישיבה פון פשוטע ליידיגייערס און כוליגאנעס וואס ווייסן נאר פון נאכשרייען פרויען און זיך דרייען הפקר אויף די גאסן און רעסטוראנטען אין שטאט טעגליך.
נשלח ב-4/12/2007 15:02
ער האט געבעטן אז די לאשיקעס זאלן קומען צום ליידיגן טיש תרתי משמע נאר דעם שבת ווייל דעם שבת איז עיני כל נשואות צום טיש פין הגז''ל .
נשלח ב-4/12/2007 16:22
יא! יא! MAJOR די וואלסט דיך געווינטשען אז ר' אהרן זאל האבן אזא "באנקראפטירטע ישיבה"
ווי רז"ל האט
נשלח ב-4/12/2007 17:16
ווי קומט דא אריין די ווארט "העצעריש"? איך האב זיכער געמיינט אז ער האט געהעצט קעגן אהרן, דערווייל ווי-וואס-ווען, ס"ה האט ער געבעטן מ'זאל קומען צום רבי'נס טיש, נו וואס איז דען? פארוואס מיינט דאס העצעריש?
נשלח ב-4/12/2007 17:18
ער האט, כדרכו שלא בקודש, זיך נישט געקענט איינהאלטן און בתוך הדברים בשעת'ן קאמפיינען אז מען זאל קומען צו זאלי'ס טיש, האט ער געהאקט אויף אהרנ'ען אז אהרן האט א פארטיי, אבער מיר זענען נישט קיין פארטיי, אבער אבער אבער בלא בלא בלא
נשלח ב-4/12/2007 17:29
ohmy
די האלטסט באמת אז אונז זעמיר דזשעלעס אויף זאליס ישיבה?
נשלח ב-4/12/2007 17:49
ער האט געזאגט ביי אונז איז נישטא קיין "ברבבותינו"... ביי אונז ווייסט מען "כי לא מרובכם" מכל העמים חשק ה"א בכם, כי אתם המעט מכל העמים!!!
_________________
הכל שריר וקיים
נשלח ב-4/12/2007 20:36
בערל יא! און אסאך ארוינים ובראשם די רבי דיינער האלט אזוי ווי מיר
* אז די הייליגע ישיבה על קברו אין קווינס, טראגט דעםהייליגן נאמען פון הצדיק הקדוש רבי יעקב נחמיה יאקאבאוויטש, וואס כידוע איז ער געווען 299 דורות א נוטר ברית דור אחר דור.
* אז די הייליגע קווינס ישיבה, איז מער פארגעשריטן פון די צוריקגעבליבענע קרית יואל ישיבה. דארט לאכט מען אפיציעל פון די אלטמאדישע תקנה פון נישט גיין צו חתונות.
* אז די הייליגע קווינס ישיבה, דארף מען נישט אויפשטיין פארטאגס.
* אויך זענען מיר שטארק מקנא די הייליגע ישבה מיט אזעלכע כלי קודש ווי הרב הצדיק רבי יעקב בער מבלעקבערי שליט"א. אך, ווי נעמט מען אזעלכע מוסטערן פאר די בחורים ביי אונז אין קרית יואל?
נשלח ב-4/12/2007 23:17
OHMY
איך וויס נישט אויב חוץ די פאר ליידיגייערס פון היידפארק טראכטען נאך אפילו פון ענק.
איך ווייס אז ס'שמעקט דיר נישט צו הערן, אבער דאס איז די פאקט.....
נשלח ב-4/12/2007 23:22
בערל.
פארגעס אז OHMY זאל דיר ענטפערן יעצט.
נשלח ב-4/12/2007 23:33
נישט אלעמאל ערווארט איך א ענטפער
(כ'האב דאך געשריבען "היידפארק ליידיגייערס")
נשלח ב-5/12/2007 04:07
איך האב א ביטער נקמה אין די זאליס, וואס זיי פלעגען ארום גיין לאכן פון די אהרונים ווען זיי פלעגען זיך ווייקן ביי די הייליגע טישן פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע.
ער איז נישט גוט געווען פאר זיי.
יעצט וועלן זייערע קינדער זיך ווייקן ביים ברך משה שוואכסטע זון, סתם א בור, און פון אים כאפן שיריים, און אים געבן קוויטלעך.
נשלח ב-5/12/2007 09:50
דער הייליגער חידושי הרי"ם דער ערשטער גערער רבי זי"ע
האט געזאגט (מובא בשש"ק) ווייל עס איז געווען אידען אין די צייט פון די הייליגע נביאים וואס האבען נישט געוואלט הערן די נביאי אמת (אשר בחר בנביאים טובים ורצה בדבריהם הנאמרים באמת)
האבען זיי באקומען א עונש אז אין דעם גלגול מוזען זיי זיך שטופען בעל כרחך שלא ברצונם ביי די רעביס וואס זענען גארנישט מיט גארנישט.
כל מדותיו של הקב"ה מדה כנגד מדה
און דער חפץ חיים זאגט אז אמאליגע צייטן פלעגט דאס נישט געשען (דער עונש) תיכף נאר אין די קינדער אדער קינדס קינדער צייטן . היינט לויטן שנעלן פארשריט (ווייל מען האלט שוין אט אט קודם ביאת המשיח) גייט אלעס מיט א שנעלען טעמפא. און די אייגענע אידען זעהן דאס צו וויא זייערע קינדער עסען דאס וואס זיי האבען נישט געוואלט וד"ל.
און עס וועט נאך גיין ווייטער . סיי מיט דעם אז ביי דעם וואס זיי פארמיסען יעצט.. וועלן זיך נאך זייערע קינדער שטופן . און סיי מיט דעם עירוב כמובן. איינער פון די גאר גאר נאענסטע מענטשען ביים רבין מהר"א שליט"א איז זיין זיידע ז"ל געווען א מתנגד פארן רבין דעם ברך משה נאך פונדערהיים און היינט איז זיין אייניקעל פון די גאר נאענטע מענטשען מהיושבים ראשונה במלכות