אסיפת הקהלה אודות הבית החיים
פאריגע וואך איז געווען א גרויסע אסיפה מיט אלע ראשי הקהלה פון ווליאמסבורג, קרית יואל, בארא פארק, ווי עס איז באשלאסען געוארן אזוי ווי עס הערשט א שטיקל הפקירות אין די בית החיים ממילא גייט מען נעמען שטרענג קאנטראל דעראויף.
מען האט ממנה געווען א נייע חברה קדישא וואס זיי זענען בעל הבית אויף די בית החיים, און זיי וועלען איינטיילן ווי מען זאל לייגן, און וויפיל ען דארף באצאלען וכו', און די גאנצע חברה קדישא מתעסקים זענען אונטער געווארפן אונטער זיי.
עס איז אויך באשלאסן געווארן אז ר' עזריאל גליק (וואס פלעגט העצן קעגן רבינו שליט"א ביים ברך משה זי"ע) האט מער נישט קיין שייכות מיט די חברה קדישא און ער איז אויסגעשלאסען דערפון, מיטוואך האט די חברה קדישא אים דאס איינגעמאלדען און אוועק גענומען פון אין די מאפע פונעם בית החיים.
אויך איז באשלאסען געווארן אז די אלע וואס האבן באצאלט פאר די זאליס די לעצטע 7 יאר קרקע געלט האט דאס נישט קיין תוקף אין עס איז גארנישט ווערט, מען קען נאר באצאלען קרקע געלט פאר קהל יטב לב דסאטמאר.
אויך האט מען באשטעטיגט און מען האט צוגעלייגט אין ווילי נאך מתעסקים פאר די חברה קדישא, ווי אויך ר' יואל קויפמאן ני"ו משמש דקהלתינו בוויליאמסבורג.
די בית החיים ליגט היינט ליגאל אויף א בית החיים קאפערעשאן וואס די בעלות דערפון איז הרה"ח רבי בערל פריעדמאן שליט"א, און הרה"ח רבי יצחק ראזענבערג שליט"א, און הרה"ח רבי דוד עקשטיין שליט"א.
 |
|
|