1}קען איינער וואס איז בעה"ב נאר אלץ סטאסקווא, פאריפען וואלען, אין אויסשליסען די איבריגע 50 פראצענט פין מעמבערעס?
די ארונים טענה'נן דאך אז די געריכט האט קיינמאל נישט ארקענט אז יעקל כהנא איז פרעזידענט, לויט זיי, איז אנגענימען אז עס איז מוטל בספק, אין די געריכט וויל זיך נאר נישט אריינמישען,
קען דער וואס איז נאר מספק פרעזידענט פאריפען וואלען, אן דעם וואס ער לאזן די איבריגע חלק סאטמער,> וואס די גערעכט האט ארקענט< אז מעגליך זענענן זיי בעה"ב אטייל נעמען דערין?
2}די ארונים האבן דאך געשריבען ביז יעצט אז "לעגאל" קען מען זיי באצאלן מעמבערשיפ,
וועט עס טאקע העלפן, אז די ארונים זאלן קעענענן וואטען??
3}גייט מען נאך אמאל אריין אין קארט פארלאנגן אז די וואלען זאל זיין אינטער א אופארטיישע "קאמישען"?? {נישט זיך אויסמישען מיטען קאמישענער אוו דיד.... ווער ס'געדענקט}
4}לויט ווי עס זעט אויס גייען אסאך פרעמדע פין סאטמער וואטען,
וועלן די ארונים פארלאנגען, אז מען זאלן דארפן אויפווייזען אז מען האט געצאלט מעמבערשיפ??
בקיצור, איין שאלה, גיין די זאלים יעצט אלעס "לעגאל אויפן פאפיר" אייןנעמען אן א שאס, אדער עס גייט זיין א פייט, {וואס זיי וועלן לכאורה אויך געווינען.... }
_________________
נשלח ב-13/12/2007 20:02
די איינציגע וועג ווי אזוי די אהרויניס קענען קאנטערן די זאלויני וואלן איז מיטן פארופן אייגענע וואלן.
נשלח ב-13/12/2007 20:14
סקאט,
טאקע אט דאס האבן די ארונים געטיען פאר 7 {יא! שוין דורוך זיבען יאר פין דעמלאטס!} צוריק, אין די רעזעלוטאטען פין יענע וואלען וואלען איז באוויסט......
ווי אזוי האט נאר ריכטער סמיט געפרעגט.... קען איך {סמיט} אין ריכטער ABC פאריפען וואלען??
_________________
נשלח ב-16/12/2007 15:12
קהל יטב לב: איך קוק אזוי אין די מודעות פון ראדני קען מיר איינער מסביר זיין ווער זענען די נייע נעמען עלפער?ער איז אין קליימער איז ער א גר? שטערנבערג? וועד הפועל ער מיז זיין נאך פון קראלי? פירטה? משב"ק ער איז מן הסתם א ירושלמי
מיר אלע ווייסען אז די זאליס זענען אלט סאטמער קען מיר איינער מסביר זיין פון זיי זענען אינדערהיים? קראלי? אורשווא? סאטמער? סיגעט? אפשר סאנס סטריט ישיבה? אזוי איז דא אסאך נייע נעמען נאר די דריי נעמען האב איך אויפגעפאסט
איזראלי: זיי האבן גענומען נעמען מן הגורן ומן היקב אבער זענען זיי גארנישט געטויגן און געפלויגן אבער האבן זיי פשוט געדינגען סתם מענטשן פון די גאס
נשלח ב-16/12/2007 15:14
ארגינעלער: דע גאס רייסט פאר געלעכטער אבער דעס האלט נישט צוריק דער פריש אויגעבראכנער געשעלעג אינערהאלב די זאלי פארטיי אברהם בער יאקבוויטש (ברידער פין יושע וואלף אין דוד לייביש ) האט דערקלערט פארן הגז"ל פאריגע וואך אז ער לויפט פאר פרעזידענט אין יאקל כהנא טויג נישט (מעגליך צוליב דעם אנדערען פאינט ) פרייטאג איז געווען א מיטינג אין איד אפיס משה פרעדמאן האט זיך געשאווערן ביי פראדלען אז היה לא תהיה דער יאקאבוויטש ווערט נישט ווערן פרעזידענט אליעזר קעסטנבוים איז האלב רעזיגענירט זיי זאגן צוליב די באסטאן בילדניג ליפא אין שמשון יענקעל זענען מיט משה אלל די וועי אין ישכר בער טייטלבוים (מסיגעט ) מיט משה אהרן שטויבער א דריטע פארטיי זאגען זיי וועלן אויפקימען מיט א דריטע אין א פרימע ליסטע
glickman: ווער איז דאס פון וועלעכ זייט זלונים? ארונים?
נשלח ב-16/12/2007 15:22
דעער משה אברן שטויבער איז דאך שוין א קרעטשניפער און וואוינט אין מאנסי איז ער נאך אקטיוו אין ראדני?
נשלח ב-16/12/2007 16:11
זאך קענער וואס זענען נאנט אינערהאלב ביי זאלי פארטיי זאגן אז עלעפער (איך וועל מיזן פרעגען ר" נחום רז"ב צי איך זאג גיט ארויס דעם נאמען ) איז אינטערן טיש זייער אקטיוו פאר יאקאבוויטש פארטיי אין אז משה אהרן גרשון שטבויער איז קודם געווען מיט די חשמונים אין מאנסי אין זיך ציקריגט אין אריבער צי די זאלי שפלינטער אין פירט יעצט אן א קאפיין פאר וואלן אין א שיל פאר די זאליס אין מאנסי פין עלעפער אין שטבויער שטעלט זיך ווידער ארויס דער פאקט אז אין פאליטיק קען מען נישט פאראויסזאגן
נשלח ב-16/12/2007 20:02
אין די אהרונישע בונקער איז פרייטיג געווען אן עמוירדזשענסי מיטינג וואס טוט מען מיט די וואלן אין סאטמאר.
איז געבליבן אז מען גייט ארויסשיקן די היידפארק שרייבערס אנגעפירט פון דעם אקסל המכונה שור אויף א מעכטיגע מיסיע, צו האמערן מיט פרישע געבעקסן ביז די וואלן נוסח והשיב את הגזילה..., אזוי וועט מען דאך עפעס קענען פארקויפן פאר די אינגלעך
נשלח ב-16/12/2007 23:55
די ארונים האבן באשלאסן די בעסטע רעקאקציע אויף די גזלונישע וואלען, וועט זיין אראפצולייגן די וואלען ליסטע אויפן בית החיים, ביים קבר פון ר' אביגדור יאקאבאוויטש.
דאס איז לכאורה די בעסטע סטראטעגיע וואס צי טאן מיט די וואלען, וואס איז קיין שמעק טאבאק נישט ווערט, נישט אין קאורט אין נישט ביי דין תורה
_________________
נשלח ב-17/12/2007 00:29
יונה'לע
פון וועלכן קאורט רעדסטו? פון ראזענוואסער אדער פון קאורט אוו אפיעלס?
אן פון וועלכן דין תורה רעדסטו? פון די ארבעה בנים אינעם בלאט אדער פון הגאון האדיר ראב"ד ירושלים זצ"ל?
נשלח ב-17/12/2007 00:51
איך רעד פון די תורה וואס עטס זענטס געגאנגען קעגן עזריאל יודא כ"ץ...
פון די תורה וואס עטץ זענען געגאנגען אין בני ברק ביי די ציונים...