מזל טוב! הגאון רבי אברהם הערש וואזנער, מאנסיער רב שליט"א
ברעקינג ניוס
דער רבי שליט"א האט איצט אויפגענומען הגאון הגדול
מגדולי מורי הוראה
רבי אברהם צבי וואזנער שליט"א
אלס רב אין קהל יטב לב דסאטמאר אין מאנסי.
פרטים יבואו
_________________
נשלח ב-18/12/2007 23:54
איך גלייב עס נאך נישט
אויב ס'איז אמת איז דאס א ריכטיגע באמבע
נשלח ב-19/12/2007 00:08
דיין דקהל יטב לב
נישט רב דקהל יטב לב
יחי ההבדל
נשלח ב-19/12/2007 00:10
רב פון מאנסי
נשלח ב-19/12/2007 00:11
רב ור''מ דקהל יטב לב דסאטמאר אין מאנסי
בהסכמת זקנו הגדול פוסק הדור בעל שבט הלוי שליט''א
נשלח ב-19/12/2007 00:15
א גאון אדיר, רבי פון פיל מורי הוראות אין מערערע קרייזן פון יהדות החרדית, און מומחה גדול ארויסצוהעלפן אינגעלייט אויפצושטעלן דורות ישרים ומבורכים
נשלח ב-19/12/2007 00:18
אויב די חתימות פון רבני עיר מאנסי וועלן גיין לויט די ר''ת פון די ערשטע נעמען וועט זיין נאמען ערשיינען פאר ר' חיים יושע'ן, און אויב לויט די לעצטע נעמען וועט זיין נאמען זיין נאך ר' חיים יושע'ן.
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 19/12/2007 1:01:36
אשר ע"כ, פליז, ביטע, בארואיג זיך. נעמזשע א וואליום !
רבינו שליט"א טוט איצט דעם אומגעפעלשטן רצון פון בעל בירך משה זצ"ל.
נשלח ב-19/12/2007 00:34
הרב וואוזנר שליט''א דער נייער רב באקומט מיט'ן קאנסוס
אויך א שטאב מיט בעביסיטערס צו קענען אנטייל נעמען
ביי די שמחות פון זיינע געשוויסטער
נשלח ב-19/12/2007 00:39
איך הער אז מ'האט געקאלט ביז קיין ארץ ישראל צו דעם זיידן הגאון האדיר פוסק הדור
הרב וואזנער שליט"א, און געסטראשעט אז אויב ער וועט עס נישט סטאפן, וועט ער טייער באצאלן.
אויך האט מען אנגעקאלט דעם מאנסיער' רב פאטער, הרב משה וואזנער און אים באוואושן מיט יאמערליכע קולות און קללות.
נשלח ב-19/12/2007 00:51
דער נייער מאנסיער רב איז מפורסם אין אלע קרייזן מיט זיין כח הוראה
נשלח ב-19/12/2007 01:01
איך ווייס נישט פארוואס דער עולם האט זיך דא צולאזט מיט אזא חוצפה קעגן רבנים, קעגן די תקנות פונעם פורום.
איך האב אויסגעמעקט די מיאוסע תגובות קעגן ביידע זייטן.
_________________
נשלח ב-19/12/2007 01:02
דער אקסל זעט אז קיינעם שטערט עס נישט, הייבט ער אן – און זיינע חברים – צו בריקען ביז צו די לבנה.