האט ער אפילו א שאנס?
אין די לעצטע פאר טעג זענען ווידער אויפגעשטאנען צו תחיית המתים די שפעקולאציעס אז אונזער הויכגעשעצטער מעיאר בלומבערג יר"ה פלאנט ערנסט צו מעלדן זיין פרעזידענט קאנדידאטור אלס זעלבסטשטענדיגער קאנדידאט באלד נאך די "גרעיט טוסדעי" פריימעריס, ווען עס וועט אנטשידן ווערן דער פארמעסט פאר ביידע גרויסע פארטייען.
ס'איז אומקלאר וואס עס האט דוקא יעצט באוואויגן פאר די בלומבערג געהילפן ווידער צו פארשפרייטן די דאזיגע געשיכטעלעך, אבער וואס עס וועט אונז זיין אינטערעסאנט צו באטראכטן איז וויפיל שאנסן האט בכלל דער אידישער מעיאר צו באווייזן דאס וואס ליבערמאן האט נישט באוויזן - זיין דער ערשטער אידישער פרעזידענט ?!
און אגב, אז מ'דערמאנט ליבערמאן וועט טאקע זיין אינטערעסאנט צו זען אויב ליבערמאן וועט גרייט זיין זיך צו אייניגן מיט בלומבערג אויף א אינדעפענדענט טיקעט, אויב יא וועט עס זיין א גאנצער 'אידישער' טיקעט, וואס דארף אויך גענומען ווערן אין באטראכט ביים אנאליזירן די פאליטישע מעגליכקייטן פון אזא טיקעט.
נאטורליך ווען מ'הייבט אן צו רעדן פון דריטע פארטיי קאנדידאטן קומט באלד אויפן געדאנק דער נאמען "ראס פעראו" (פּעראָטה?), וועלכער האט אנגעצויגן ניינצן פראצענט פון די שטימען אין א דריי-עקיגן פארמעסט קעגן קלינטאן און בוש דער 41'טער/ערשטער. אויבצוואר ס'איז א היפשער ציפער האט ער אבער פאקטיש נישט באקומען קיין איין איינציגע שטימע פון דער "עלעקטארעל קאלעדזש" וויבאלד ער האט נישט געווינען קיין איין סטעיט.
אבער ס'איז שווער צו ציען פאראלעלן פון פעראו צו בלומבערג. פעראו איז געווען א האלב אומסטאבילער ביזנעסמאן וועמענ'ס קעגנערשאפט צו די איראקער מלחמה (די ערשטע/41'טע...) האט אים געטריבן ארויסצוגיין אין א פארמעסט קעגן דעם דאן-שטארק-פאפולערן בוש, און אדאנק דעם פארמעסט האט ער אויטאמאטיש "געמוזט" נעמען א שטעלונג אויף יעדע וויכטיגע טעמע, וואס ער האט געטון בערך דורך די שיטה פון "איינס פאר מיר, איינס פאר דיר". ביי געוויסע טעמעס האט ער גענומען די ליבעראלע שטעלונגען און ביי אנדערע די קאנסערוואטיווע, און אזוי ווי דער ראב פויגל מיט פרעמדע קאלירטע פעדערן איז ער געלאפן אויף א "אנטי" פלאטפארמע, וואס צוזאמען מיט זיינע פארשווענדעטע מיליאנען האט עס אים געהאלפן צוזאמברענגען אלע קאנספיראטארן און רעגירונג האסער פון גאנץ אמעריקע, כאטש ס'האט אים נישט געקענט ברענגען קיין איין איינציגע סטעיט.
פון די אנדערע זייט איז בלומבערג א מענטש מיט א גלענצנדן רעקארד, פון גארנישט זיין פארמישט אין פאליטיק - און די שמוציגע באגאזשן וואס עס ברענגט מיט זיך - איז ער באלד אויסגעשטיגן אלס געניטער פאליטישאן וועלכער האט נישט בלויז באוויזן אין ארדענונג צו ברענגען א זשוליאני-ווערטשאפטלאזע צופארענע שטאט, נאר האט אויך געוויזן אז ער פארשטייט גוט צום פאליטישן שאך ברעטל און האט באוויזן צו מאנעוורירן זיבן קריטישע יארן אן כמעט קיין איין פלעק, און געווינען צום צווייטן מאל מיט אן איבערוויגנדע צוואנציג פראצענט אויבערהאנט. א רעקארד וואס פעלט נישט בלויז פון סיי וועלכן ביז יעצטיגן קאנדידאט, נאר ס'איז פאקטיש כמעט נישטא אויף די פאליטישע ארענע פון נאנט צו צוואנציג פרעזידענט קאנדידאטן סיי וועלכער וואס קען זיך פארמעסטן מיט אים אין אויפטוען און/אדער דערגרייכונגען טראץ זייער לאנגיעריגער פאליטישער ערפארונג.
אויך ווען עס קומט צו געלט איז בלומבערג קיין פארגלייך צו ראס פעראו, פעראו האט טאקע פארשווענדעט שווערע מיליאנען, אבער די קלאנגען זאגן אז בלומבערג איז גרייט אויסצוגעבן ביז צוויי ביליאן דאלער פאר דעם פרעזידענט פארמעסט! אויב האט געלט אים געקענט קויפן א מעיאר'ס זיץ אלס אומבאקאנטער רעפובליקאנער אין די פאליטיש-אריענטירטע און דעמאקראטיש-באוואוינטע ניו יארק, פארוואס זאל אים נישט די זעלבע געלט קענען צושטעלן דעם פרעזידענט אמט, דערצו ווען ער קומט שוין יעצט מיט א היפש רייכן און קוואליפיצירטן פאליטישן באגאזש ?!
אויב איך מעג מיך טרויען וואלט איך פאראויסגעזאגט אזוי: איין זאך איז קלאר, בלומבערג וועט נישט אריינגיין דערין בלויז צו ציען 'אויפמערקזאמקייט', ער וועט אריינגיין דערויף אך ורק אויב וועט ער שפירן אז ער האט א שאנס עס צו מאכן. מיט קלינטאן אויף די דעמאקראטישע זייט, אויב וועט הוקעבי אדער ראמני געווינען די רעפובליקאנער נאמינאציע וועט בלומבערג זיכער אריינשפרינגען אינעם פארמעסט. אויב וועט זשוליאני געווינען וועט ער אויך גאנץ זיכער נעמען די שאנסן, אויב מעקעין געווינט - שוואכע מעגליכקייט - וועט ער לדעתי העני' שטיין ווייט דערפון. אויב וועט דאס אומגלויבליכע פאסירן און אבאמא וועט געווינען האלט איך אז בלומבערג וועט דאס מאל נישט פרובירן זיין מזל.
אויפן אנבליק פון א קלינטאן-הוקעבי טיקעט האלט איך אז בלומבערג וועט שטארק ארויסהעלפן הוקעבי אויב בלויז דערמיט וואס ער וועט האלטן קלינטאן היפש אראפגעבינדן אין איר אייגענע ניו יארק, און אזויווי ס'איז פארגעזען אז די עקאנאמיע וועט זיין די הויפט פאליטישע טעמע אין קומענדיגן פרעזידענט פארמעסט האלט איך אז דער שטיין רייכער "לידער, נאט ע פאליטישאן" סטיל פון א בלומבערג וואס האט ארויסגעדרייט ניו יארק פון א כמעט-באנקראט, אפקלינגען זייער הילכיג, גאנץ מעגליך ביז אריינפירן דעם מעיאר אין 1600 פענסילוועניע עוועניו.
וואס האלט איר?
 |
|
|