איהכ"נ, דער וואנט האט עס טאקע ממש בפועל צירוק געהאלטן פון פאלן, שטעל דיך פאר ווען עס ווערט נישט געבויעט די וואנט, וואס אגב, דער וואנט איז געבויעט געווארן דאכצעך בערך א יאר צירוק בכדי שטערקער צו מאכן דאס בארג אין פאל פון א שטארקן רעגן, אזוי ווי מען האט זיך טאקע איבערצייגט,
די זאמד אין מאראסט זענען איבערגעשווימען דעם וואנט אראפ אויף מאונטען ראוד, און- ווי שקל שלם האט שוין דא אויבן געשריבן - איז עס געקימען אלס תוצאה פון די נעכטיגע שטארקע רעגענס און די צולאזטע שניי,
די KJFD זענען דערפאר געווען געצווינגען אפצושפארן דעם ראוד נעכטן נאכט, און היינט איבערן טאג האט מען אנגעפאנגען אויפצוקלינען, ווען עס האט אויפגעהערט צו פאלן,
|
|