בית פורומים כל העולם כולו

שטורמישע מיטינג פארגעקומען ביי קהל איבער די ליצנות וואלען

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/12/2007 18:09 לינק ישיר 
שטורמישע מיטינג פארגעקומען ביי קהל איבער די ליצנות וואלען

א קורצע באריכט פון די נעכטיגע מיטינג:

נעכטן נאכט איז פארגעקומען גאר א ערענסטע און שטורמישע מיטינג ביי קהל איבער די אזוי פאררופענע "ליצנות וואלען", די מיטינג איז פארגעקומען אין היכל הכולל העכערן ביהמ"ד הגזול, און די נושא אויפן טיש איז געווען די וואלען פראבלעים, דהיינו אז די וואלען איז געווארן די ליצנות און געלעכטער אין שטאט. באטייליגט ביי די אסיפה האבן זיך אלע גרויסע שישקעס, אנגעהויבען ביים ראה"ק ר' יעקב כהנא, ר' לשום דייטש פון די ליגעל טיעם, און פילע אנדערע, און א גרויסע טייל דערפון אינגע אינגעלייט. אנגעפאנגען האט מען אז די אנאליסטען זאגען פאר אז ר' יעקב כהנא גייט ווארשיינליך געוואונען די וואלען... דהיינו אז ליסטע א און ב' איז כמעט ממש אקוראט אייניג, און דעריבער האבן אסאך אינגעלייט אויס פראטעסט געווארענט אז זיי גייען נישט ארויס וואוטען, און פילע האבן שוין אפילו צוריקגעשיקט אויף פאסט ביידע ליסטעס, וואס פסל'ט אוטאמאטיש זייער שטימע. אויך איז ארויסגעברענגט געווארן די אומדערהערטע עוולה וואס איז אפגעטוהען געווארן קעגן ישכר בער ט"ב וואס האט צוזאמגעשטעלט א ליסטע מיט 300 חתימות (ווייל אזוי האט די וואלט קאמיטע אפגעמאכט, הגם ע"פ השטאטוטען איז גענוג פיל ווייניגער...), און די ראש הוואל קאמיטע האט נישט אויפגעהויבען קיין טעלעפאון אויף אים ביז מיטוואך, הגם ער האט גערופען איבער 150!!! מאל, נאר מיטוואך האט ער זיך דערמאנט, און ער האט אויפגעהויבען זאגענדיג אז די ליסטע איז גע'פסל'ט וויבאלד עס איז שוין מיטוואך, און מען האט עס נישט אריינגעגעבן ביז יעצט... איז דען דא א גרעסערע געלעכטער פון דעים?

ביי דעים פונקט איז ישכר בער ט"ב זעלבסט ערשינען צום אסיפה, וואו מען האט אים איבערגעבעטן בשם קהל, און נישט נאר דאס מען האט אים אפילו צוגעזאגט אז עס גייט ארויסקומען א אפיציעלע צעטל פון קהל מיט אונטערגעשריבענע חתימות פון די ראשי הקהילה אז מען בעט אים איבער אויף וואס עס איז פארגעקומען. ווייטער האט מען געשמועסט פון נאך א חלק הליצנות, אז בו בזמן ווען מען האט פראקלאמירט די וואלען אין דער איד דאנערשטאג און געמאלדען אז ווער עס וויל אריינגעבן א אייגענע ליסטע זאל עס טוהען נישט שפעטער ווי דינסטאג זענען שוין די צוויי - אייניגע ליסטעס - א און ב שוין לאנג געווען אין די פאסט קעסטלעך אפגעשיקט צו ווערן...

במשך די גאנצע מיטינג האט זיך ר' יעקב כהנא זייער שטארק אנגענומען פאר די רעכטן פון די אינגערע אינגעלייט אין די קהילה, אז זיי האבן נישט קיין פארטרעטערס אין קהל, און מען מאכט סתם פורים פון זיי, און עס איז באשלאסען געווארן אז אזוי ווי די וואלען איז יעצט זייער וויכטיג וועגן די ליגאלע ענינים ווי די בית החיים, און מען קען שוין גארנישט טוישען, וועט מען אבער גאר שנעל פאררופען פרישע ערליכע כשר'ע וואלען, און אויף דערווייל וועט מען מאכן א זאך ווי "צעירי טובים", פון אינגעלייט יוצאי ישיבת קווינס, וואס וועט באשטיין פון מינומום 3 טובים, אדער 4, און צום סוף איז באשלאסען געווארן עס זאל זיין גאר 5, און ר' יעקב כהנא האט אפילו פארגעשלאגען אז אפשר אפילו איינער פון די פארשטאנד זאל אויך זיין א אינגערמאנטשיקל, וואס זאלען זיין א חלק פון קהל, זיך באטייליגען ביי אלע טויבם מיטינגען וכדומה. אזוי אז יעדער זאל זיין צופרידען.

אבער וואס טוט מען מיט די וואס האבן שוין אריינגעשיקט ביידע ליסטעס אויף פאסט אלץ פראטעסט? האט ר שלום דייטש געזאגט אז בפשטות וואלט מען שוין גארנישט געקענט טוהען, ווייל קהל האט אויפגענומען א לעגאלע קאמפאני "אנערסט בעלאטס" אבזערווירען און אנצופירען מיט די וואלען, און זיי וועלן עס זיכער פסל'ן, אבער מען טוהען אזוי, אז דו אלע וואס האבן אוזי געטוהען און ווילען צוריקציהען וועלן האבן א ברירה אריבערצוקומען און וואוטען פערזענליך, אזוי וועט מען רעכענען זייער שטימע, און ארויסווארפען זייער פארמאכטען ענוועלאופ אין מיסט.

די ראה"ק ר' יעקב האט געהאלטען אין איין איבער'חזר'ן זיין שטעלונג אז די אינגע זענען א געהעריגע חלק פון קהל און מען קען זיי נישט אויסשליסען פון גארנישט, און מען טאר זיי נישט אויסשפיעלן, אויך האט ער פארציילט אז פרייטאג איז געווען א מיטינג ביים רבי'ן, און ער איז געווען אויס מענטש, הערענדיג וואס עס גייט פאר, און האט אויפגעפאדערט אז מען קען נישט בשום אופן אויסשליסען די אינגע פון קהילה אקטיוויטעטן. דעריבער איז באשלאסן געווארן אז גלייך נאכן פארענדיגען די וואלען, נאך בשעתן גיין אונטערשרייבען די וואלען ביים רבי'ן שליט"א, וועט מען שוין אויפנעמען די צעירי הטובים אין די קהילה, און א וואך נאך די וואלען וועלן זיי שוין זיין געהעריג טעטיג בכל תהלוכי הקהילה מיט אלע אנדערע צוגלייך.

ווער עס האט מער פונקטליכערע אינפארמאציע ווערט געבעטן מיטצוטיילען מיטן עולם.





דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שטורמישע מיטינג פארגעקומען ביי קהל איבער די ליצנות וואלען
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext