הערליכע מעמד נעכטן אין ישיבה גדולה
נעכטן איז געווען א מוראדיגע מעמד אין ישיבה גדולה ווען הונדערטער בחורים זענען געזיצן און געלערנט זיבן שעה רצופות!!! סאיז געווען א קול תורה אז די דאך איז צושפאלטן געווארן פון די ריתחא דאורייתא.
אינמיטן זענען די בחורים סורפרייזט געווארן ווען דער רבי שליט"א וואס האט זיך ארומגעדרייט אין ביהמ"ד און געשעפט נחת, האט פלוצלונג באשלאסן ארויפצוגיין אויפן ארון קודש און זיך גענומען א צוקאכטער רעדן אין די סוגיא פאר א האלבע שעה פון וואס דער עולם איז געשפרינגען, דער מגי"ש וואס האט מיך עס דערציילט, א גרויסער ת"ח, האט מיך געזאגט אז ער אליינס האט געהאט שוועריקייטן מיטצוהאלטן, ער זאגט אז דער רבי איז געווען סאך מער ווי געווענטליך, ער געדענקט נישט ווען דער רבי איז אזוי קנאקעדיג אריינגעפארן אין די סוגיא מיט די בחורים, סאיז געווען עפעס אויסטערליש!!!
|
|