כלל ישראל האט זייער ערענסט אנגענומען דעם פסק הלכה פון דייני קהלתינו אז אלע געגנב'עטע בנינים זענען בחזקת גזולה,
בפרט איז זייער הארב די הלכה אז די חופה און יחוד דארף צו זיין אין א אייגן אפגעדינגענע פלאץ, נעכטן אליינס זענען 7 מענטשן ארויף געקומען אין אפיס אפצודינגען דעם זאל ווי זיי מאכן חתונה, בראש איז געווען הרה"ג רבי עזריאל מאיר קאהן שליט"א אב"ד סענדארדזש וחתן רבי אברהם לייטנער זצ"ל וואס האט נעכטן ביינאכט חתונה געמאכט זיין קינד אין זאל פון ברכה סימא און האט אפגעדינגען דעם זאל ביי קהלתינו הק', וממנו יראו וכן יעשו, ווייל דער רבי עזריאל מאיר שליט"א איז פון די גדולי הפוסקים בדורינו, ער איז רבם ומדריכם פון רוב דיינים אין וויליאמסבורג, און זיין פסק האט א ווייטן אפקלאנג ביי יעדן ערליכן איד,
תוקן על ידי MECHEL19 ב- 31/12/2007 15:47:48
נשלח ב-31/12/2007 16:48
די וואך שב"ק איז צוגעקומען שאול פערלשטיין צו איינע פון די דיינים אינערהאלב קהל יטב לב און פארגעהאלטן וואס פשט פון די מודעה פון קהל אין 'דער בלאט' איבער די שאלה פון קונה זיין די די שטובל ביי יחוד ווען מ'דינגט פון זיי די זאל?
דער דיין האט אים גענטפערט אז ער זאל עס פרעגן פון זיי מורא הוראה פון וועם ער פרעגט זיינע געווענליכע שאלות,
ענטפערט אום שאול אז ער האט שוין געפרעגט ר' שלמה לייב וויינבערגער און ער האט אום גענטפערט אז אין הכי נמי ביי די "מַצות" איז דא די שאלה פון גזולה ווייל עס באלאנגט פאר קהל, אבער די זאַלן געהערט דאך פאר די מוסדות, דארט איז נישט די שאלה, טענה'ט ר' שלמה לייב,
שוין, מיר האבן די זכיה אז ר' שלמה לייב איז שוין מודה אויף די מַצות,
ס'בלייבט נאר איבער צו זעהן וואס זיי גייען טון מיט הרב עזריאל מאיר קאהן שליט"א, סענדזשארדזשער רב, וואס פון די עטליכע מענטשן וואס האבן שוין גענימען רשות פון קהל איבער די זאלן פון 82 איז ער צווישן די אלע (אין איין טאג! זונטאג), און ער איז נישט סתם א מחותן א בעה"ב, ער איז שוין פון די גרעסטע דיינים דא אין וויליאמסבורג, דאס ווייסט אויף די ערנסקייט פון די שאלה און מיט וואספארא ערנסקייט די בעלי הוראה און תורה-אידן נעמען דאס אויף,
נשלח ב-31/12/2007 17:16
מ'שמועס'ט דא אין קרית יואל, אז מ.ל.ד. איז צוגעגאנגן צום דיין און אים געפרעגט
אויב ס'איז אמת אז די אלע נכסים זענען גזילה,
האט אים דער דיין געענטפערט, אז ער האט נאך נישט געהעריג מברר געווען צו ס'איז
א חשש גזילה אדער גזילה ממש
אבער, האט דער דיין אויסגעפירט, כן עשה הלל.....דאס זיכער נישט.....!!!
אה ס'הייבט זיך אן דוד46
האט אנגעהויבן עפענען אשכולס אראפ צו ריקן דע אשכול,
איך פארשטיי ס'באדערט דיך דאפרסט אבער נישט פארדעם אן חזרן דעם פארום
נשלח ב-31/12/2007 18:27
וויפיל געלט האט דער סענדזשארצער געגעבן?
וויפיל געלט האט הרב יעקב האניג געגעבן?
וויפיל געלט האט הרב ירמי' טייטלבוים געגעבן?
נשלח ב-31/12/2007 18:38
$250 דאס איז די פרייז וואס קהל בעט
דוד הרב ירמי' טייטלבוים'ס ווייב האט נעכטן געגעבן פאר קהל דעס געלט
נשלח ב-31/12/2007 18:44
דאס קענסטו איינרעדן דיין באבן.
הרב יעקב האניג האט נעכטן ביי די חתונה פארציילט אז חיים אליעזר גראס האט אים געקאלט, און ער האט נישט איבערגענומען דעם טעלעפאן,.
הרב ירמי' טייטלבוים האט זיי געענטפערט, אז ער האט שוין ארויסגענומען דעם רעסטאראנט פון ר' בערעלע קליין פאר'ן יחוד שטוב...
נשלח ב-31/12/2007 19:04
דאס קענסטו איין רעדן דיין באבן
דער פאקט איז
הרה"ג רבי עזריאל מאיר קאהן שליט"א אב"ד סענדארדזש וחתן רבי אברהם לייטנער זצ"ל וואס האט נעכטן ביינאכט חתונה געמאכט זיין קינד אין זאל פון ברכה סימא האט באצאלט פאר קהל
דער פאקט איז אז הרב ירמי טייטלבוים'ס ווייב האט באצלט נעכטן פאר קהל
דער פאקט איז אז נאך 5 מענטשן וואס מאכן חתונה די טעג האבן שוין באצאלט פאר קהל
נשלח ב-31/12/2007 19:18
פארוואס נאר 5 מענטשן.
איך האלט אז כאטש 999 מענטשן האבן שוין באצאלט...
נשלח ב-31/12/2007 21:59
שאול פערלשטיין וואס אין תשס"א האט ער זיך גערופן: חברי הנהלת הקהילה און חבר הנהלת המוסדות
ווייסט גאנץ גוט, אז אין אלע דריי הזמנות (בשנת תשס"א) איז געשטאנען בפירוש: בדבר הקהילה והמוסדות...
דערפאר זענען אלע חתונה זאלן, אפילו אין די בניני המוסדות בגניבה וגזילה. און ווער עס וויל מאכן חוזק פון שלחן ערוך קען זיך רואיג צושטעלן צו די משכילים און קראים. דאס איז ענקער עונש !
איר קענט חזוק מאכן פון הייליגן רמב"ם,
איר קענט מאכן ליצנות פון הייליגן לחם משנה
איר קענט טרייבן שפאס פון הייליגן לבוש.
אבער די הלכה בלייבט פעלזן פעסט
אויב האט מען נישט קונה געווען מקום הייחוד פון די בעלים, איז קיין חופה כהלכה נישט געווען. אפשר וועט ענק די "בג"ץ" מתיר זיין....