בית פורומים כל העולם כולו

דער אמת איבער קרן עזר

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/1/2008 21:04 לינק ישיר 
דער אמת איבער קרן עזר

די טעג האט איינער ארויסגעלייגט העסליכע פאשקעווילן אנטקעגן די נאבעלער חסד ארגאניזאציע "קרן עזר" און איר מיאוס באשמוצט.

עס איז דאס ערשטע מאל זינט איך געדענק וואס מען זאל אזוי פארעקלען די גאסן אויף אן אומפארטייאישער מוסד, און ווען איך האב דאס געלייענט האב איך דאס צוערשט אוועקגעמאכט אז ער איז סתם א בייזוויליגער פארשוין וואס אים שטערט אז אידן טוען חסד איינער פארן צווייטן.

אבער ווען איך האב געהערט אין ביהמ"ד ווי מענטשן טוען ערנסטערהייט ציטירן פון דעם צעטל, כלומר, מען רעדט דא פון אן אנגעזעענער מענטש וואס ווייסט "אינסייד" אינפארמאציע אז עס טויג נישט דער גאנצער סיסטעם, האב איך אפגעמאכט אז, אלס איינער וואס איז גאר שטארק באקאנט מיט אומצאליגע פעלער וואס האבן ממש געראטעוועט אידן פון דורכבראך, און נאך ערגער, שפור איך ווי איך מוז ארויסקומען אין דער עפנטליכקייט און קלארשטעלן די פאקטן וואס יעדער פאר זיך קען אליינס אויסגעפונען די ריכטיגקייט דערפון.

דער יעניגער הייבט אן זייער שיין: "מיט עהרע און שעצונג צו ענקערע פעולות וואס איז באקאנט..." און דערנאך האט ער א ים מיט טענות.

די ערשטע און געפערליכע פארברעך איז אז קרן עזר רופט זיך "קופת העיר" וואס אין זיינע בלינדע אויגן איז דאס א געפערליכער עוולה ווייל טראגנדיג דעם נאמען, מוזן זיי האבן אן ענדלאזער אוצר פון געלט וואס זאל קלעקן פאר "אלע" נצרכים, אבער, ליידער צוליב דעם איבערפלוס פון נצרכים ווערט די קאסע גאר שנעל אויסגעליידיגט, און עס מאכט זיך אז א מענטש ווערט נישט געהאלפן מיט "אלע" זייערע געברויכן.

שרייבן אזעלכע ווערטער ווי "אז מען קומט צו אייך אין אפיס אריין, שטויסט מען זיך אן אין גראדע ווענט, ווייל אדער טרעפט מען דעם טיר פארמאכט, אדער רעדט מען אויפן טעלעפאן, און איז נישט דא קיין אוזן קשבת צו זייערע פראבלעמען, און אז מען טרעפט שוין יא צו וועמען צו רעדן ענטפערט מען אז דאס איז נישט קיין עסק פאר קרן עזר....." איז א פרעכער ליגן, וואס מען קען זיך אליינס איבערצייגן און זען די ווארימע אידן וואס ארבעטן דארט וואס געבן זיך איבער בלב ונפש צו יעדע קעיס באזונדער.

און יעצט קומט דער חכם צו זיינע געוואלדיגע פראגעס:

*--[if !supportLists]*א)       *--[endif]*צו איז מיט עפעס פארמינערט געווארן דאס געלט גיין פאר היימישע נצרכים זייט איר האט געעפענט דעם "קרן עזר"???

*--[if !supportLists]*ב)       *--[endif]*אדער צו זענען דא ווייניגער טיי-אוונט און אזעלכע מסיבות פאר היימישע זייט איר האט געעפענט דעם "קרן עזר"???

ליידער איז אין קומץ משביע את הארי, און ווער עס איז אביסקעלע באקאנט מיטן שווערן מצב וואס הונדערטער משפחות גייען דורך אין זייער טעגליכן לעבן, ווען פרנסה איז נישט אזוי גרינג ווי אמאל (אפגערעדט ווען מען האלט פארן חתונה מאכן א קינד, וואס דאן איז דער איבערוויגנדער רוב פון געווענליכע ארבעטער קענען נישט נאכקומען די הוצאות און ברעכן צוזאם) וואלט פארשטאנען אז ניין, עס האט זיך נישט געענדיגט דאס גיין נאך געלט פאר היימישע נצרכים. און יא, עס איז זיכער פארמינערט געווארן.

ער שרייבט ווייטער:

*--[if !supportLists]*ג)        *--[endif]*איר שרייבט אז עס איז פארטיילט געווארן א סכום פון איינס און האלב מיליאן דאללאר פאר הכנסת כלה, פרעגן מיר אפשר קענט איר אנווייזן ווער האט באקומען פון דעם סכום לצורכי הכנסת כלה???

זאת ועוד, די דריי הונדערט טויזנט דאללער וואס איר שרייבט אז איר צאלט פאר דריי-גודס און אכציג טויזנט דאללער פאר מצות, צו דען קענט איר אויפווייזן ווער עס האט באקומען פון דעם דערמאנטן סכום פאר דריי-גוד און מצות???

הייסט עס אז ער וויל מען זאל אים ארויסגעבן די ליסטעס פון אלע וואס האבן שוין גענאסן פון דער קאסע. דאס וועט נישט געשען ביי א מוסד וואס געט אכטונג אויפן כבוד פון די אידן וואס מוזן נעבעך צו זיי צוקומען.

איך עצה פאר אלע וואס דער הארצלאזער מענטש האט געהאט אויף זיי אן השפעה מיט זיין שמוץ-בלעטל צו כאפן א שמועס מיט מר. וויזנער ני"ו וואס ער האט צו זאגן אויף ר' משה דייטש שליט"א און איבער זיין וואונדערליכע חסד ארגאניזאציע. ער האלט פון ר' משה'ן וועלטן, און עס איז פשוט אזוי, ווייל, ער אלס בעה"ב פון דעם גרעסטען דריי גוד'ס געשעפט אין וויליאמסבורג ווייסט ער גוט וויפיל מענטשן האבן שוין הנאה געהאט פון קרן עזר.

ווייטער שפינט ער זיינע מיאוסע ווערטער:

"מיר פרעגן, צו דען וועגן די דריי הונדערט טויזנט דאללאר וואס איר צאלט....... זענט איר אנגערופן "קופת עניי העיר", עס זענען נאך דא אנדערע וועלכע פארטיילן אזעלכע סכומים, ווי למשל די באקאנטע משפחת לויפער....... און די זעלבע די באקאנטע משפחת פאלאטשעק..... און פארט ווערט זי נישט אנגערופן וועגן דעם "קופת העיר" און מאכן נישט אזא מערכה ווי איר....."

הייסט עס אז זיין פראבלעם איז אז מען רופט זיך "קופת העיר", דהיינו, אז ער וואלט פארגעשלאגן אז מען זאל אראפנעמען דאס ווארט "העיר". זאל עס הייסן: "קופת עניים".

שרעקליך. מען טאר זיי טאקע נישט שטיצן. זיך רופן מיט אזא נאמען? די עוולה איז דאך עד לב השמים. וואו האט מען געהערט אזאנס?

 

די מערכה וואס זיי מאכן איז אלעס אויסגעצאלט פון נדיבי לב, וואס פארשטייען אז אנצואווארעמען די הערצער מוז מען דאס שטארק אדווערטייזן, און אזוי קען מען ערווארטן די שטיצע וואס מאסן אידן קומען טאקע ארויסווייזן מיט שעצונג, און אויסער דעם העלפט עס א גאנץ יאר ווען מען ווייסט צו זאגן איבער דעם מוסד, און עס איז גרינגער צו גיין צו עשירים נאך געלט.

איך האב שוין גענוג מאריך געווען, און עס איז א רחמנות אויף דעם אידישען נשמה וואס האט גאנץ מעגליך אוועקגענומען עטליכע נאאיווע מענטשן וואס ווערן פארגלייבט אין א פאשקעוויל, אז זיי זאלן זיך נישט באטייליגן ווי עס וואלט אויסגעפעלט.

 

 

 

 

 




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2008 21:21 לינק ישיר 


אויב האלט דער "יעניגער" אז קרן עזר טוט נישט גענונג

נא אדרבא זאל ער עפענן א נייער "קופת העיר"

זאל ער טיילן טויזענטערס פאר יעדעם וואס בעט נאר

זאל ער געבן א פונקטליכן חשבון אויף יעדן דאלער

און פארשטייט זיך אן אדווערטייזן





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/1/2008 21:24 לינק ישיר 

גוט געזאגט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2008 23:27 לינק ישיר 

איך האלט אזוי ווי יענעם שרייבער.

1) באלד די בעל הבית פון קרן עזר איז ר' משה דייטש, וואס איז א באוויסטער שלעגער און רוצח, ער האט צושלאגען און ארויסגעווארפען פון ראדני ראשי קהלתינו הק', א רוצח און א שלעגער האט קיין גוט הארץ נישט.

2) ווילאנג ער בעט נישט איבער ראשי קהלתינו וועם ער דאס בלוט פארגאסען, טאר מען אים קיין פעני נישט געבן.

3) אן אהרוני אין קרן עזר איז נישט וועלקאם, קיין אהרוני האט נאך נישט נהנה געווען פון זיי, ער געט נישט קיין געלט פאר אהרונים, ער קען באשטיין אז זיי גייען אלע אויס פאר הונגער.

4) ר' משה האט זיך צושלאגען מיט הרה"ח ר' אברהם יושע גפן שליט"א, וועגן די אויבען דערמאנטע סיבה, און ער האט אים ארויסגעשטעלט פון קרן עזר.

די נאמען דארף זיין קרן עזר דזאליס!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/1/2008 23:41 לינק ישיר 


איך ווייס גענוג ארונים וואס באקומען פון קרן עזר

הרה"ח ר' אברהם יושע גפן טיילט טאקע אויך זייער שיין און מ' דארף אים אויך שטיצען

ס'איז קיין סתירה!

וועם האט ר' משה געשלאגן???




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/1/2008 23:45 לינק ישיר 

ער האט געשלאגען הרה"ח ר' שמואל אויבערלענדער, הרה"ח ר' משה יוסף ווערטהיימער ני"ו, און נאך

איך וויל נישט דא ארויף לייגן אלע נעמען.

מיטן שטיצען די "קופת עזר לזאלי" שטיצט א רוצח און א שלעגער!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/1/2008 23:59 לינק ישיר 

איינער וואס טוט לטובת הכלל דארף זיך נישט מישן אין פאליטיק אין טאמער יא איז אך און וויי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/1/2008 00:06 לינק ישיר 

רבי יונה שרייבט:

3) אן אהרוני אין קרן עזר איז נישט וועלקאם, קיין אהרוני האט נאך נישט נהנה געווען פון זיי, ער געט נישט קיין געלט פאר אהרונים, ער קען באשטיין אז זיי גייען אלע אויס פאר הונגער.

פון ווי ווייסטו דאס?
די ארבייטס דארט און די האסט דאס אליין צוגעזעהן אדער האסטו געפרעגט יעדער ארויני אין ניו יארק און אלע האבן דיר בפה אחד געזאגט אז זיי זענען נישט געהאלפן געווארן און גאר פארשיקט געווארן דורך קרן עזר?
אדער האסטו דאס אליין יעצט אויסגעטראכט?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2008 00:18 לינק ישיר 

רבותי!


די וואך איז זייער א שווערע וואך פאר די אהרונים, דעריבער לאמיר זיי דן זיין לכף זכות...

און יעצט צום ענין:
עס איז יעדן באקאנט ווער עס איז ר' משה דייטש נ"י. א איד א בעל חסד וואס גייט אויס צו העלפן א איד נישט קיין חילוק וואו ער באלאנגט. און דערויף קענען מעיד זיין די חברי ההנהלה וואס איז א צוזאמענשטעל פון סאטמאר, אהרונים, און אנדערע קרייזן. די זעלבע הנהלה שטייט שוין יארן לאנג, און האט עס נישט פארלאזט אויך ווען איינער פון די אמאליגע עסקנים האט יא פארלאזט קרן עזר.

איך וויל נישט באשמוצן יענעם עסקן, דערפאר וועל איך יעצט נישט אריינגיין אין קיין דיטעילס. אבער צו גיין באשמוצן אזא לעבנסוויכטיגע מוסד וואס הונדערטער אנשי וויליאמסבורג — וועמענס פינאנציעלער מצב איז ל"ע שרעקליך — זענען נהנה דערפון, איז אן עוון פלילי!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/1/2008 00:20 לינק ישיר 

עס איז דא אן אלטר כלל אז א מוסד וואס מישט פאליטיק, שפילט מען מיט פאליטיק.

קומט אמאל צו מיר נאך געלט תולדות אהרן און וויינען אז זיי דארפען געלט, זאג איך זיי די דארפסט פארשטיין אז אונז מיט ענק זענען נישט קיין פריינד, זאגט ער מיר אבער די קליינע קינדערלעך, די בחורים די כולל אינגעלייט זענען גארנישט שולדיג.

זאג איך אים טאקע דאס האלט איך דיך פאר זיי זענעןנישט שולדיג, אזש פארוואס שפילסטו עטץ און פאטשקעט אין פאליטיק, איך שפיל נאר מיט מיט דיר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/1/2008 00:21 לינק ישיר 

רבי יונה, אנטשולדיגט מיר, אבער מ'קען נישט צוזאמישן קיין צויי זאכן,

די געלט וואס מיר גיבן פאר "קרן עזר" גייט נישט פאר די קאורט, אזוי האלט איך עכ"פ,  און עס גייט נישט פאר עני אנדערע זאך אינז אינטערצוברענגען, דאס געלט וואס מ'גיבט פאר קרן עזר גייט פאר משפחות נצרכים, מיט זיי קענסטו דיך נישט אפרעכענען ווייל ער איז א זאלי, אויב האסטו פראאף אז די "קרן עזר" געלט ניצט ער פאר זאלי'שע צוועקן איז א צווייטע מעשה, אבער ביזדערווייל איז נישט באוויסט אזא זאך,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2008 00:24 לינק ישיר 

 צו שרייבען אויפען שלעגער און רוצח ר' משה דייטש: א איד א בעל חסד וואס גייט אויס צו העלפן א איד נישט קיין חילוק וואו ער באלאנגט. און דערויף קענען מעיד זיין די חברי ההנהלה וואס איז א צוזאמענשטעל פון סאטמאר, אהרונים, און אנדערע קרייזן.

איז פונקט ווי די שרייבסט עס אויף ר' מרדכי רובינשטיין, צו ר' אברהם ברוין, צו אברהם יואל מענדלאוויטש וכו'.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/1/2008 00:30 לינק ישיר 

איך האלט ווילאנג בראש פון "קרן עזר לזאלי" שטייט דער רוצח און שלעגער, וואס האט גערצחט אנשי שלומינו, טאר מען קיין פעני נישט געבן פאר "קרן עזר לזאלי".

ער האט נישט קיין נאמנות, אז ער קען צושלאגען און צורצחנען אידן, העלפט ער נישט קיין אידן.

אז איינער וויל שטיצען עניים, אדרבה ואדרבה עס איז דא גענוג וועגן ווי אזוי צו שטיצען, מען קען טרעפן די עניים איבעראל, און זיי געבן צדקה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/1/2008 00:33 לינק ישיר 

יונה'לע


מנעם דיך נישט צום הארצן, אבער טויזנטער אידן — בכללם די אהרונים — וועלן היינט שטראמען צו ויואל משה (יא, דארטן וואו עס איז דא א געגענבעטער יחוד שטוב...) און ווארעם שטיצן דעם הייליגן קופת העיר "קרן עזר"!

האסט א ברירה נישט צו קוקן אין יענעם ריכטונג!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/1/2008 01:24 לינק ישיר 

אפשר וועט משה דייטש ווייזן דארטן זיין גבורה און צו רצחנען אפאר אהרונים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/1/2008 01:27 לינק ישיר 

לאמיר זען יונה'לע ווייז דו גבורה און קום אהין...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דער אמת איבער קרן עזר
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext