| נשלח ב-8/1/2008 00:31 |
|
| |
וואס איז געשען זונטאג נאכט מיט'ן הוק-אפ?
נעכטן נאכט ביים דינער פאר די מתיבתא דקרית יואל אינמיטן די דרשה פון אדמו"ר מהר"א האט זיך אפגעהאקט די טעלעפאנישע
הוק-אפס אויף קול מבשר און אויף קול סאטמאר. וואס איז דאס געווען?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2008 00:50 |
|
| |
גוט גוט,
קוקט ווער ס'האלט אלץ מיט די לייוו הוק-אופ'ס...
זיי האלטן אלעס מיט מיטן גרעסטן נייגער, נעבעך נעבעך...
_________________
|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2008 00:57 |
|
| |
האסט נישט געהערט די שוידערליכע נייעס...
דער אנפירער פון די האט ליין האט באקומען ערשטהאנטיגע אינפארמאציע אז די זאלונים האבן געלייגט די האנט אויף די מתיבתא בנינים (ווי עס איז געווען דער מעכטיגער פלאן פון זושא געלב, זיגי בראך, משה מאנראוער)
און פאר גרויס פאניק האט ער אראפגעשאסן דעם טעלעפאן ליין.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2008 01:14 |
|
| |
אזי דאס די זעלבע סיבה פארוואס מען האט פלוצלינג אראפגענומען די דרשה פונעם אהרונישן האטליין, נאכן ליגן דארט במשך דעם מאנטיג טאג?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2008 01:23 |
|
| |
דוד'ל,
אלץ אן אלטער ידיד נאך פון בעפאר דו האסט געהייסן דוד'ל,
וועל איך מיך אויף דיר דערבארעמען, און דיך אינפארמירן
פונקטליך וואס ס'איז פלוצלינג געשעהן, אז מען האט
אפגעהאקט די לייוו בראדקעסט פון די דברות קודש
פון כ"ק רבינו הקוה"ט שליט"א,
ומעשה שהי' כך הי',
נעכטן נאכט איז געווען ניטל, און ביי סאטמארע חסידים
פירט מען זיך אז מען לערנט נישט די נאכט פון ניטל,
איך רעד דא נישט פון די מחמירים וואס משום ספיקא דיומא
לערנען זיי נישט א גאנץ קאלעכיג יאר, ניין, פון זיי רעד איך נישט,
ווייל זיי טיטולירט איר סאטמארער רבי און נישט סאטמארער חסיד,
איך רעד נאר פון די צוריק געבליבענע ערליכע סאטמארע חסידים,
וואס א גאנץ יאר לערנען זיי יא, זיי פירן זיך נישט צו לערנען ניטל,
על כל פנים נחזור לענינינו, אזוי ווי מיר פירן זיך נישט צו לערנען די
נאכט פין ניטל, האט דער רבי זאל זיין געזונט אויסגענוצט די געלעגענהייט
און אנשטאט פון צוזאגן א שיינעם דרוש מיט פילפול כדרכו בקודש,
האט ער גערעדט פון דברים העומדים על הפרק, און האט געזאגט אז
אזוי ווי דא געפינען זיך נישט קיין בחורים וועט ער אויסניצן די געלעגענהייט
און רעדן פון עניני קדושה וטהרה, אבער די אנפירער פון קול סאטמאר
און קול מבשר האבן זיך דערוויסט אז אין קווינסער ישיבה איז דא א לייוו
האקאפ פון זייער טעלעפאן ליניע, און אז די קווינסער בחורים ווילן
חלילה נישט פארפאסן קיין איין ווארט פונעם רבן של ישראל,
ווי אויך האבן זיי זיך דערוויסט אז אויף 550 בעדפארד זיצט זיך דער
ראש הגאזלונים מיט יודעלע וויינשטאק און מיט זיין הויז בחור און הערן
זיך אזוי געשמאק צו צו די דברות קודש, און נישט וועלנדיג חלילה מכשיל
זיין די אומשולדיגע בחורים האבן זיי ספאנטאן אפגעהאקט דעם בראגקעסט,
און ר' זלמן לייב, יודעלע וויינשטאק, מיטן הויז בחור וי אויך די טייערע בחורי
חמד פון קווינס, די וואס שעהמען זיך נישט צו שמועסן ביז אהבה רבא
נאר ווען עס קומט צו שטיין אויף די ברענטשעס באקומען זיי די מידה פון בושה,
כדברי נפתלי בלומענפעלד, זיי זענען נעבעך אלע געבליבן מיט די שפייעכטץ
אין מויל,
נו, דוד'ל, איך האב דיר געגעבן סחורה, נו, הייב אן מיט דיין מנוולות,
זאג איבער די דברות קודש וואס דיין רבי האט געזאגט ווען קול סאטמאר
האט זיך אפגעהאקט, נאר איך בעט דיך, שרייב דאס ברמיזה, ווייל
דער מנהל וועט נישט דילדן קיין עקספליסעט ניוול אויף דעם פורום,
(הערה: אין דעם פארום ביטע שרייבן ר' אויף יעדן רב)
תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 09/01/2008 1:13:04
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2008 01:29 |
|
| |
יעצט פארשטיי איך שוין.
די דרשה איז געווען א המשך פון די וועלט–בארימטע דרשה איבער די שארפע אויגן מיט די לאנגע שאורטקאטס...
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2008 01:30 |
|
| |
הערט עס אויס מיט אינטערעס!
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2008 01:36 |
|
| |
און אזוי ווי אע סאטמערע חסידים האבן געהערט די ווארימע הייליגע שובבים תורות פון תש"ז און ווייטער (דא על אדמת אמעריקע)
חוץ ביי די אידן ביי וועמען חטא הידוע איז ציונות.
אפשר ביי אזעלכע דוד'לעך איז דאס אויך ניבול.
WHO KNOWS
WHO CARES
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2008 01:39 |
|
| |
נעבעך חסיד שוטה
האסט איינמאל געהערט פון רבינו הקדוש זי"ע ווי ער זאל רעדן מיט אזא שפראך ווי דיין רבי רעדט?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2008 02:01 |
|
| |
דא איז עס אויף א צווייטן וועג, לייכטער אראפצונעמען
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2008 02:05 |
|
| |
עפעס איז ראנג מיט היידפארק. עס כאפט נישט קיין בילדער
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2008 02:07 |
|
| |
דוד,
אז דו סטאפסט נישט זאפארט מיט דיין פערדישקייט
הער איך מיך אויף צו חבר'ן מיט דיר, איך שעם מיך פשוט,
דוד'ל, די דרשה וואס רבינו הקדוש שליט"א האט געזאגט נעכטן נאכט,
איז געווען א ערשט קלאסיגע דרשה, א דרשה וואס צייגט הנהגה,
א דרשה וואס אידן וואס האבן זיך געווייקט ביים הייליגן דברי יואל זי"ע
צייכענען אן אלץ א דרשה וואס וועט בעזר השי"ת אפראטעווען דעם דור,
ביי אייך איז אלעס ניוול פה, ביי אייך איז האלב ש"ס (חלילה) ניוול פה,
ביי אייך זענען דעם רבינס שובבי"ם תורות געווען (רח"ל מהאי דעתא)
ניוול פה, דוד'ל, טויזענטער אידן זענען געזעצן אין רויז קעסטל און זיך
צוגעהערט צו די דברות קודש פון אונזער רבי שליט"א, אבער געהערט
האבן דאס הונדערטער טויזענטער אידן איבער די גארער וועלט, (אפילו
אונזער דוד'ל ווייסט אויך פונקטליך וואס דער רבי שליט"א האט געזאגט)
און דיין שטריק זיצט נעבעך מיט די פיס אינדערהייעך און הערט דזשיגאן
טעיפס, און דאס טיט דיר נעבעך זייער וויי, און אן קיין שום בושה שרייסטו
אויס קבל עולם ומלואו, רבותי, ס'רייסט פון מיר שטיקער, רבותי ס'טרעט
מיר צו, רבותי איך האלט דאס שוין נישט אויס, דוד'ל יעדער זעהט ווי אדוק
דו ביסט צו רבינו הקדוש שליט"א, דו לייגסט דיך מיט עהם, דו שטייסט
אויף מיט עהם, ס'איז פשוט שוויתי רבי אהרן לנגדי תמיד, דו ביסט נישט
מסיח דעת פון עהם קיין איין רגע, און דאס איז נעבעך דיין וויי געשריי,
ועל דא קאמרי אינשי, I FEEL YOUR PAIN......
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2008 02:57 |
|
| |
יענקעלע
אפשר ברענגסטו מיר איין תורה וואס רבינו הקדוש זי"ע האט גערעדט מיטאזא געמיינע שפראך ווי דיין רבי?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/1/2008 02:59 |
|
| |
און די תורה שטייט ארור שוכב עם בהמה, אפשר איז דאס אויך געמיין?
|
|
|
|
|