בית פורומים כל העולם כולו

משמשי הברך משה אין קירכע מיט ר' בעריש פרייליך

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/1/2008 19:32 לינק ישיר 
משמשי הברך משה אין קירכע מיט ר' בעריש פרייליך

אזוי ווי די זאליס זענען נעבעך אנגעזעצט און מיאוס דעפרעסט, זענען זיי ביזי צו מאכן מעשיות, ווייל אזוי ווי ר' ז"ל קען נעבעך נישט שלעפן קיין מענטשן צו זיינע טישן, וועגן פארטיי, וועגן בושה און וועגן מען איז ביזי צו פוסטעווען די צייט מיט'ן רייכערן ציגארטעלעך, מוז מען ווייזן אז די אהרונים זענען די טומאה, אזוי אז די הייליגע רבי ז"ל אידן זאלן גיין צו די קדושה וואס איז זלמן לייב.

ביז יעצט האב איך מיך נישט וויסנדיג געמאכט אויף אפאר נארישע זאליס, ווייל ווער קוקט אויף די אנגעזעצטע שוטים, אבער יעצט אז זייער נעבעכדיגער איד, וואס פארקויפט היינט קנאפע 4,000 שטיקלעך א וואך, האט נאכגעשריבן שטיקער היידפארק,  וועל איך פארציילן דעם אמת קבל עולם ומלואו, און דעם אמת קען מען נישט לייקענען, ס'זענען דא פיקטשערס און ווידיא קליפס, וואס מען וועט אי"ה פארשאפן.

ביי די גאנצע לוי' אין קירכע זענען געזיצן דריי איינציגסטע אידן אין קירכע, זיי הייסן יואלי גאלד, שמחה בערנאט און בעריש פרייליך. זיי האבן זיך צוגעהערט צו די אלע שמייליגע דרשות און ווי איך גלייב האבן זיי זיך נישט געצלמט ווען אלע אנוועזנדע האבן זיך געצלמט און זיי האבן נישט געשריגן פרעיז דזשי--- און האלעלו-- ווען יעדער האט עס געשריגן. זיי האבן נישט געטאן די אלע קריסטליכע שטיק, אבער זיי זענען יא געזיצן אין זאל און מיטגעהאלטן אלע ספיטשעס און קריסטליכע צערעמאניעס פון אנפאנג ביז צום סוף.

ביי די לוי' איז אויך געווען א פרוי, פון ליובאוויטשן חדר, וואס איז פארהייראט צום פובליק סעיפטי טשיף, וואס האט געפרעגט א היתר פון אירע רבנים צו זי מעג רעדן ביי די לוי', און זי האט באקומען רשות צו רעדן, משום איבה וכו'.
זי האט נישט דערמאנט קיין ווארט פון קרית יואל, און נאר גערעדט ווי נאנט סארדזשענט היין איז געווען צו איר משפחה, ווייל ווי באקאנט איז סארדזשענט היין געווען אן אמת'ער אוהב ישראל, וואס האט געהאלפן יעדן איינציגסטן איד, אן קיין אויסנאם. ס'איז אים ממש געגאנגען אין לעבן צו העלפן אידן, און די פרוי האט זיך באדאנקט פאר סארדזשענט היין פאר'ן העלפן איר משפחה צו יעדע צייט.

נאך די לוי' האבן אידן פארגעהאלטן פאר ר' בעריש היתכן ער איז געווען אין א קירכע, און ער האט זיך איינגעבעטן אז מען זאל אים נישט באשמוצן, און ער האט געזאגט אז ער האט געמוזט אריינגיין אין קירכע ווייל אז נישט וואלט ער געקענט פארלירן זיין פאזיציע אלס סטעיט פאליס ליעזאן. דערווייל איז געבליבן אז מען טוט אים גארנישט, אבער היות זיי זענען געגאנגען און באשמוצט קרית יואל אין דעם אויסגעשפילטן צייטונג דער איד, מיינט עס אז אלע קארטן זענען אפן.

אלזא, זאל די גאנצע וועלט וויסן: דריי אידן זענען געזיצן אין א תיפלה און זיך צוגעהערט צו די דרשות פון די גלחים: די צוויי משמשים פונעם ברך משה זי"ע, משה גבאי'ס באדיס יואלי גאלד און שמחה בערנאט, און ר' בעריש פרייליך.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/1/2008 19:33 לינק ישיר 

איך האב געעפנט א נייעם אשכול, ווייל ס'איז א נייע נייעס, היות דער איד האט באשלאסן אויפצושפילן היידפארק לגיונות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/1/2008 19:37 לינק ישיר 

ר' בעריש פרייליך האט אפשר געהאט א היתר אריינצוגיין, ווייל אז נישט קען ער פארלירן זיין פאזיציע.

אויך מיסיס וויטריאל האט געהאט א היתר, און זייענדיג א גאווערמענט אפישעל קען מען איר פארשטיין.

אבער וואס האבן יואלי גאלד און שמחה בערנאטה געזוכט אין א תיפלה?
וואס האבן משה גבאי'ס באדיס געזוכט אין א תיפלה?
וואס האבן די ראדני שוויץ זיצערס געזוכט אין א תיפלה?
וואס האבן רז"ל'ס באדיס געזוכט אין א תיפלה?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/1/2008 19:43 לינק ישיר 

גאלד און בערנאט האבן געמוזט אריינגיין אינעווייניג, ווייל זיי האבן געמוזט
מאכן שור אז קיין איין ארוני איז נישט דארט
סא זיי האבן אויך א היתר

_________________

איך דער לייד נישט קיין עמי הארצים




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2008 19:44 לינק ישיר 

איז דען דארטן אויך דא קעמרעס?





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/1/2008 19:50 לינק ישיר 

ס'איז א פארראט פון ר' בעריש פרייליך, ער וואלט געקענט אפשטעלן דעם שרעקליכן חילול השם און ער האט עס נישט געטאן.

מען דארף קיינעם נישט זאגן וויאזוי די סטעיט פאליס קעפטעינס האבן רעאגירט ווען זיי האבן געליינט דעם איד, און געזען דארט אזעלכע ווערטער ווי "טומאה" און דאס איז בשעת זיי טרויערן אויפ'ן טויט פון אן אייגענעם סארדזשענט.

יעצט איז נישט מער ווי יושר אז יעדער זאל וויסן אז ער איז געווען אין א תיפלה מיט יואלי גאלד און שמחה בערנאטה.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-10/1/2008 19:57 לינק ישיר 

ני וואס איז שוין אז גאלד און בערנאטה זענען געווען אין א תיפלה?
אזוי זענען זיי כאטש נישט געגאנגען אין זייערע אנדערע טריפהנע פלעצער.
סא סאיז א גוטע זאך אז זיי זענען כאטשיג געגאנגען אין תיפלה.
ווי האט געזאגט יענער יוד פאר זיינע קינדער: ברוך השם עטס זענט
געווען אין טיאטער, אבי נישט ביים כותל...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2008 20:18 לינק ישיר 

האסט ארויסגעלאזט אברהם יעקב פריעדמאן וואס איז אויך דארט געווען צוזאמען מיט די אנדערע לעלוס.

זיי האלטן אז זיי האבן געמעגט אריינגיין אין תיפלה, ווייל זיי מוזן זיך חנפ'ענען צו די סטעיט פאליס כדי צו גנב'ענען דעם בית החיים.

כא כא כא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2008 20:20 לינק ישיר 

זייט ווען איז מרת וויטריאל א פאבליק אפישעל. ווי ווייט איך ווייס איז איר מאן דער פאבליק סעיפטי קאארדינעטאר, און נישט זי. וואסערע היתר האט זי געהאט אריינצוגיין אין א טומאה?

תוקן על ידי אידעלע ב- 10/01/2008 20:20:55




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/1/2008 20:36 לינק ישיר 

אה יודעלע, שלום עליכם. ביסטו נישט דער יודעלע וואס האט ליב פערדן? אויב יא באלאנגסטו אין די אנדערע פארום.

יעצט אזוי, מרת וויטריאל איז נישט קיין קרית יואל'ער אפישל, זי ארבעט פאר די טאון אף וואדבערי, וואו זי וואוינט. זי איז א וואדבערי פאבליק אפישל.

יעצט איז דיר אלעס קלאר, אדער דיין פערדישע קאפ האט נאך פערדישע שאלות?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2008 20:55 לינק ישיר 

כי בדבר אשר זדו - עליהם.

זיי האבן געוואלט אנמאכן א שטונק מיט זייערע לגיונות אז די ווילידזש פירערס זענען געווען אין א קלויסטער. דערווייל זענען זיי מיאוס באשמוצט און פארשעמט געווארן, ווען ס'האט זיך ארויסגעשטעלט ווער ס'איז באמת געווען אינעם קלויסטער:

גאלד
בערנאטה
פריעדמאן

און ליידער ליידער אויך פרייליך, וואס האט נישט געקענט ביישטיין דעם נסיון הכבוד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2008 21:01 לינק ישיר 


וויליזש אפישעלס זענען יא געווען אין קירכע אדער נישט?
פון ווי איז די בילד וואס איז געווען פארשפרייט?



תוקן על ידי איציק_מיכל ב- 10/01/2008 21:05:53




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/1/2008 21:19 לינק ישיר 

מען האט געזען בילדער וויאזוי ווילידזש אפישלס שטייען קעגנאיבער די גאס פון די קירכע און גייען נישט ווייטער, און נאכדעם איז געווען א בילד וויאזוי פרוי וויטריאל רעדט אינעווייניג.

ווי איך הער האבן יואלי גאלד און אברהם יאנקל פריעדמאן און שמחה בערנאטה פארמאכט זייערע אויגן ווען זי האט גערעדט, כדי נישט ח"ו נכשל צו ווערן מיט ראיות אסורות.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2008 21:32 לינק ישיר 

אין ווען די גלחטע האט גערעדט האבן זיי געקיקט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2008 22:19 לינק ישיר 

 ביטע איבערלייגן דעם תגובה אן די בילד פון פרויען

 

תוקןעלידיבשמחה_תמידב-10/01/200822:21:57

 

זאלסט מיר אנטשולדיגען
אז עס איז נישטא קיין אנדערבילד

איך האב נאר געלייגט דעם בילד צוווייזען
אז וויטריאל איז זיך משתחוה לצלם
און רעדט און א קירכע
אזאך וואס א ריפארם איד וואלט נישט געטוהן
און די משמשי הברך משה שטייען אינדרויסען
ניין זיי זענען אידען
און עטס האטס אראפגעווארפן דאס גאנצע אידישקייט פון ענק
דער עד שאומר לו לך עבוד איז אנגעקומען
מיטן גאנצן קנאק
מיט ענקער פולסטען שטיצע

ניין עס איז נישט קיין היידפארק מעשה
עס איז א ווירקליכע מעשה

בד"א די איסור פון הסתכלות אויף נשים איז נישט הארבער ווי די
איסור פון הסתכלות אויף צלמים
די גמרא האט א פסוק דערויף



תוקןעלידיverbeenichב-10/01/200822:36:41

 

 



תוקן על ידי verbeenich ב- 10/01/2008 22:45:00




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/1/2008 22:20 לינק ישיר 

ביי איר איז דאך דער דין פון אשת חבר כחבר...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > משמשי הברך משה אין קירכע מיט ר' בעריש פרייליך
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext