בית פורומים כל העולם כולו

נאכמאכן תקנות, נאכמאכן שחיטה, וואס נעקסט?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/1/2008 08:14 לינק ישיר 
נאכמאכן תקנות, נאכמאכן שחיטה, וואס נעקסט?

עס איז געווען אזא שווערע וואך ביי די זאלונים אז א גרויסער ציבור פון זייערע מענטשן האבן אנגעהויבן פאדערן מעשים, אז ער זאל אויפהערן כראפצען א גאנצן טאג, און אנהייבן טאן צו דער זאך.

זייערע מענטשן ווייזען אן, אז ווען עס קומט צו אידישקייט, שלאפט ער.
מ'רופט אים נישט צו קיין אסיפות, ער רופט נישט קיין אסיפות, קיין שום רב אדער ערנסטער תלמיד חכם פרעגט אים נישט אן, ער פרעגט נישט אן אנדערע. בקיצור ער איז אזוי אקטיוו אין אידישקיט ווי דער ראצפעטער בשעתו (מיט א צייטונג).

צווייטנס, ווען עס קומט צו סאציאלע אישוס, כראפצעט ער ווייטער. ער זעט אז מענטשן פון זיין קהילה ברעכן צאם, מענטשן פון זיין שול מוטשען זיך. פארוואס שלאפט ער? פארוואס מאכט ער נישט דעם אנשטעל אז עס גייט אים בכלל אן?

די אלע זאכן האבן געצווינגען עטליכע אינגעלייט צו האקן דארט אויפן טיש. און ער האט שוין ענדליך געלאזט רופן א מיטינג, אז ער איז גרייט אויסצוהערן וואס זיי האבן צו זאגן.

1) די ערשטע פארשלאג איז געווען אז ער זאל מאכן תנאים'מס ביי זיך אינדערהיים, און אזוי וועט מען ברענגען קוויטלעך (אפאר דאלאר אין זיין אקאונט), און מענטשן וועלן זיך איינשפארן געלט, און ער וועט אויך אריינכאפן א תנאים, און נאך דערצו שטיפן א שעה יעדן טאג. (נישט קיין קלייניקייט).

2) אז ער זאל אויך עפעס טאן אין כשרות. און 82 זאל אנהייבן שחט'ן  2-3 וואך ביי G&G, און מ'וועט עס פארקויפן אלס סאטמאר שחיטה המהודרת, און ווייזן אז נישט נאר קרית יואל קען אהערשטעלן אייגענע עופות בתכלית הכשרות, נאר ער קען אויך.


לויטן פלאן וועט מען נאך אפשר מעלדן איבער די תנאימ'ס די וואך.
פרטים יבואו




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2008 08:51 לינק ישיר 

כאכא
די מיינסט נאר די רבי קען ברענגען רבנים צי די שחיטה
ער וועט אויך קענען ברענגען ער האט

לאשאנץ יפו בראד בארשע בעלקבערי סאמבור
קרעטשניף וועגשייד זענטע שפיטווקע שארמאשג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2008 09:04 לינק ישיר 

און אלע זיינע שאפראנער איידימער און שנורן.



תוקן על ידי געשמאק ב- 13/01/2008 9:04:52




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2008 10:54 לינק ישיר 

נעקסט איז נאכמאכן גיין אין קאורט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2008 13:57 לינק ישיר 

דאס האט ער שוין לאנג געמאכט .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2008 16:21 לינק ישיר 

נאכגעמאכט מיט פראצענט מיט די אלע קאורט קעיסעס אין וויליאמסבורג, קרית יואל, בארא פארק, בני ברק א.א.וו. הולכי ערכאות העולמי.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2008 17:07 לינק ישיר 

ער האט שוין אנגעהויבן נאכמאכן עטליכע זאכן.

1) נאך א האלב יאר פון אונזער יסודי התורה, האט ער זיך אויפגעוועקט, אז ער קען דאך אויך עפעס רעדן וועגן לערנען, און מ'האט דארט איינגעפירט א מעכטיגע ארגאניזאציע מיט'ן נאמען "ישראל ואורייתא"... א מעכטיגע נאמען, א פעסטע ארגאניזאציע, אלעס איז דא, חוץ לערנערס.

2)  נאך עטליכע יאר וואס מ'האט אהערגעשטעלט די היכל ראזענבערג אין קרית יואל און דעם היכל התורה אין ווילי, האט זיך דער כראפצער אויפגעוועקט אז מ'קען דאך אויך אריינברענגען עטליכע טישן אין ראדני, ויקרא שמו בישראל היכל...

WOW - א מעדאל פאר'ן נאכמאכן טישן און בענקלעך




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2008 17:16 לינק ישיר 

און וואס איז מיטן שבת זמן פייפער באגלייט מיט מוזיק?
עפעס א קלייניקייט?
ער טוט דאך אויף א געוואלד...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2008 17:44 לינק ישיר 

אלעס קען ער פראבירן נאך מאכן נאר איין זאך קען זיכער נישט דעם כח התורה וואס דער רבי שליט''א האט און ממילא האט ער גארנישט און וואס ער מאכט נאך איז כמעשה קוף בעלמא . 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2008 19:04 לינק ישיר 

ישראל ואורייתא האט גארנישט מיט העהז"ל, עס איז א פריוואטע אונטערנעמונג פון עטליכע יונגעלייט, עס האט זיךנאך אנגעהויבן פאר יסודי התורה און עס איז נישט געמאכט געווארן אז גאנץ קהל, אפילו עני שבישראל, יעדער זאל לערנען כאטש איין עמוד גמרא א טאג, נאר געמאכט געווארן פאר דעם וואס וויל זיך איינ'חזר'ן ש"ס

עס האט אבער גארנישט מיט הגז"ל אדער זיין כת הגזלונים

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/1/2008 19:15 לינק ישיר 

איך האב היינט צופרי געדאוונעט אין לי גארדענס שול
האב איך א געזען יונגעלייט שמועסן וועגן די חתונה תקנות
דארט איז אויך געווען א ,זעלבסט געקרויטער זאלי שוויצערעל זיכערמאן

האט ער געזאגט סאיז געווען פאריגע וואך דאנרשטיק א מיטינג
ביי די זאליס ,אן זייער רבי'ן ,וועגן די חתונה תקנות ,דארט איז אויך געווען
שפילערס, בדחנים, אז זיי זאלן געבן ביליגער פאר מענטשען וואס גייען נעמען
זייער חתונה פעקדעשס וואס זיי גייען פארשטעלן

סאיז געווען א טייל זאליס, וואס האבל געפאדערט אז מען זאל שוין אנהייבן
געבן בליגער חתונה זאלן ווייל זיי זאגן ,סוף כל סוף ביז א יאר צוויי וועלן 
די אהרונים האבן ביליגע זאלן זאלן מיר זיין א העד אויף די געים
ער האט געזאגט אז אין פרינציפט האבן די זאליס מסכים געווען
אויף א טייל זאלן צי געבן  גאנץ בקרוב ביליגער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2008 20:33 לינק ישיר 

האקאבו


באק בעסער דיינע מעשיות, עס קלינגט עפעס נישט גוט...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/1/2008 16:32 לינק ישיר 

נישט קיין וואונדער אז דו רעדסט ווי אזא שוטה ביי די אשכול פון די קינדער אין וויען.

די מוזיק פאר שבת איז שוין היינט דא אין יעדן שטעטל אין ארץ ישראל און אין געוויסע פלעצער אין די וועלט. און ס'האט נישט קיין שום שייכות מיט די זאליס. אדרבא, ווען מען האט זיי געבעטן אז זיי זאלן ערלויבן עס ארויפצולייגן אויף א סאטמארן בנין האבן זיי דאס אפגעזאגט און האבן געזאגט אז דאס איז קעגן סאטמאר'ס שיטה, און זיי האבן געסטראשעט מיט טעראר דאס אפצושטעלן.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/1/2008 16:47 לינק ישיר 

צום נושא האשכול
איך זע נישט קיין חסרון אז רז"ל פראבירט נאכצימאכען זיין ברודער, מיט די חתונה תקנות און שחיטה
אדרבה, ער האט זיין קהלה, אין אויב ער זעט ביי א צווייטען א גיטע זאך מוז ער עס נאכמאכען, און עס איז שיין פין אים אז עס פאסט אים עס נאכצימאכען
 די תורה איז נישט קרדום לחפור בה, אין אויב איינער הייבט א גיטע זאך איז נאך נישט טייטש אז א צוייטער מעג עס נישט נאכמאכען, עס הערשט נישט קיין קאפירייט אויף די אלע זאכען




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/1/2008 16:51 לינק ישיר 

קיינער זאגט נישט אז מען טאר נישט נאכמאכן. די שאלה איז פארוואס פאלט אים נישט איין די אלע זאכן צום ערשט?

_________________

כאפטס אריין א וואדקע




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > נאכמאכן תקנות, נאכמאכן שחיטה, וואס נעקסט?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext