א ווינטמיל אין קעשענע
עס ווערט היינט אסאך ארומגערעדט איבער דאס נוצן אלטערנאטיווע (אדער ווי מען רופט עס "רינועבל renewable עלעקטריסיטי") וועגן ווי מען זאל נישט זיין אנגעוויזן אויף די טייערע אויל מארקעט. איינע פון די זאכן וואס ווערט שוין היינט באנוצט איז דאס אויפשטעלן גרויסע ווינט טורבינען וואס זאל שאפן ריינערע עלעקטריק פאר די מענטשהייט. עס איז נישט אזא ביליגע מעשה און עס זעט נישט אויס אז מען וועט דאס אזוי שנעל איבערטוישן מיט די געווענליכע וועג ווי מען באקומט עלעקטריק היינט צוטאג.
פאר די וואס ווילן דייקא יא נוצן די סארט געזונטערע, ריינערע "גלאבעל ווארעמונג רעדוצירטע" עלעקטריסיטי פאר קליינע טשאטשקעלעך, ווי סעלפאן, אייפאד וכדו' קען זיך איינהאנדלען דעם קליינעם ווינטמיל וואס מען קען האלטן אין טאש.
זעט דא אויך איבער א קליינעם סאלאר אפאראט וואס קען נאך מער אריינכאפן פון די זון ליכטיגקייט ווי פונעם ווינט.
hymini.com
|
|