דער רבי האט זיך היינט נאכמיטאג באטייליגט ביי די לעצטע שבע ברכות
פון כ"ק האדמו"ר מהרמ"ד מבאבוב שליט"א ביי אים אינדערהיים וואס איז געווען נאר פאר משפחה
דער רבי איז געווען אין בגדי שבת דער רבי איז דארט געווען קרוב צי א שטונדע
געפירט א שיינע שמועס, געטאנצען מיטן חתן אין מיטן באובער רבי'ן,אין געזאגט די גאנצע שבע ברכות
פין דארט איז די געגאנגען צי א פדיון הבן פין א זון פון ר' אברהם חיים האלבערשטאם פין לאס אנזשלעס
אין א איידים פין ר' חיים דוד לויפער
פין דארט איז די רבי געגאנגען צי כ"ק אדמו"ר מספינקא ב"פ שליט"א, די רבי איז דארט געווען מיט'ן ב"פ רב
פאר איבער א האלבע שעה געפירט א שיינע שמועס
נאכדעם איז די רבי געווען ביי א שבע ברכות פנעם כ"ק ממשאלוי רבי שליט"א די רבי האט זיך
דארט געטראפן מיט כ"ק אדמו"ר מבאבוו שליט"א ווי ער האט געזאגט פאר'ן רבי'ן
אז די חתונה תקנות איז זייער וויכטיק אין ער וועט עס מחזק זיין ווי ווייט מעגליך
שפעטער איז די רבי געגאנגען מנחם אבל זיין ר' אברהם האלבערשטאם ראה"כ טארטיקאב
פין דארט איז די רבי געקימען קיין וויליאמסבורג צים גרויסן מסיבה אין גרויסן ביהמ"ד
מחזק זיין כולל עצי חיים פין בני ברק, די רבי האט גערעדט איבער א שעה
פין די חתונה תקנות,אין פינעם כולל, וואס ווערט אנגעפירט דורך הגה"צ ר' חיים הערש שליט"א אבדק"ק סאטמאר אלעד
פין דארט האט רבי אפגעשטאט א ביקור גומלין צי מחתנו כ"ק אדמו"ר מדושינסקי שליט"א
נשלח ב-1/2/2008 07:49
הו הא, זיך געטראפן אין איין טאג סיי מיט כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א און כ"ק האדמו"ר מהרב"צ מבאבוב שליט"א