| נשלח ב-6/2/2008 15:01 |
|
| |
ווילי: מעכטיגע זיג קעגן נידערמאן!!!
נידערמאן האט געכאפט נעכטן א מעכטיגע היליכיגע פראסק אין נידערלאגע אין ווילי, וואס ער וועט געדענקען אלע זיינע יארן.
און אונזער דיסטריקט האט אבאמא געוינען 3 דעליגאטען, און קלינטאן האט געווינען נאר 2 דעליגאטען, אין כמעט גאנץ ניו יארק, איז נישט גווען אזא זאך אז אבאמא זאל באקומען מען דעליגאטען ווי קלינטאן.
דאס איז געווען א קלארע מעסיטיש פונעם ווילי ציבור פאר נידערמאן, מיר דארפן דיך נישט, און הער אויף צו טעראזירען און באגנבענען אונזער ציבור.
ווי רוב האבן געטאן בין איך אליין געגאנגען שטימען נעכטען פאר אלע דלעגאטען פון אבאמא, אזוי ווי איך האב געבעטען דעם עולם צו טאן, ווייל אז די הילערי קאמפיין האט געשטעלט נידערמאן אלס זיער דעלעגאט האב איך בכלל אינגאנצען נישט געוואלט שטימען פאר איר.
נידערמן רייסט זיך די האר פון קאפ, ער איז צושאנד אין צושפאט ביי אלע פאלעטישאנס, נאכדעם וואס ער האט זיי צוגעזאגט אז ער גייט דעליווערען ווילי, אבער יעצט איז ער ווי א טויטער, און ער וועט בלייבען אינדערהיים ביי די קאווענשאן און נישט זיין קיין דלעגאט.
10th (Towns) - incomplete
- 38,293, 59 percent, Obama, 3 delegates
- 26,316, 49 percent, Clinton, 2 delegates
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2008 16:45 |
|
| |
איך האב באקומען אין אישית אויף ענגליש א גאנצע אריכות'דיגע הסבר פון א זאלויני פארוואס נידערמאן איז יא א גרויסער געווינער און די אהרוני'ס לוזערס, זיין עיקר סטעיטמענט איז:
Niederman came in very strong in Williamsburg and won more votes then all the other delegates in Williamsburg
"אויב", און איך זאג "אויב", דאס איז אמת, און זיי קענען דאס אויפווייזן, זענען די אהרויניס ביג טיים לוזערס.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2008 16:58 |
|
| |
איך האב באקומען אין אישית אויף ענגליש א גאנצע אריכות'דיגע הסבר פון אן ארוני פארוואס די ארונים זענען יא די גרויסע געווינערס פונעם קאורט אוו אפיעלס אורטייל אין אלבאני, און די זאלונים לוזערס, זיין עיקר סטעיטמענט איז:
Aroinim came in very strong in Albany and won more buildings than all other courts in Albany
"אויב", און איך זאג "אויב", דאס איז אמת, און זיי קענען דאס אויפווייזן, זענען די זאליס ביג טיים לוזערס.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2008 17:51 |
|
| |
אויב האט זיך איינער איינגערעדט אז נאר דער פארווערטס ליינעט היידפארק
לעבט אין א טעות,דער איד די וואך, מיט גפני בראש, האבן דאס פיין דורך געליינט
יעדע ריר פארענטפערן זיי סאיז פשוט א מחי',
זיי לייגן אראפ ווי הייליג משה דוד איז
סיי איבער דעם ענין פין תערובת,אין מיט די מגן דוד פענער,אין ווי שטארק ער האט געווינען
נאר אפאר יחודים זענען אים מבאיש ריחו,אין אלעס איז ליגענט,אין ער איז א שטארקע
אנטי ציוני,אין ער פייט גאר פארן רבינ'ס שיטה,
יא יא משה דוד מיר האבן דיך פיין מבאיש ריחו געווען אין מיר זענען ווייט פין פערטיק
מיר האבן קוים אנגעהויבן גרייט דיך פיין צי
משה דוד יעצט זיך צי פארענטפערן איז צי ווייניג אין צי שפעט
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2008 18:10 |
|
| |
פלעכטעל, סקען נישט זיין, נידערמאן באטשי איז "not aware" פון היידפארק...
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2008 18:34 |
|
| |
דאס איז די פינקטליכע נימערען פון קלינטאן און אירע דעלעגאטן אונעם 10טן דיסטריקט.
(לויט די רוב)
Hilary Clinton - 35,699
Darryl Towns - 25,942
Annette Robinson - 25,582
Kamaria Boyland - 23,791
Judith Rodriguez - 22,884
M David Niederman - 22,398
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2008 18:57 |
|
| |
אין בלאט די וואך איז דא א גלצענדע עדיטריאל איבער דעם גאנצן ענין
פארוואס אין וויליאמסבורג גייט דער עולם נישט וואטן,אין ווער סאיזס שולדיג אין דעם
אין אנדערע ווערטער ער מאכט פלעין באנדאזש פין משה דוד'ן
|
|
|
|
| נשלח ב-10/2/2008 21:09 |
|
| |
דעם שבת איז די שטארקע מעכטיגע נידערמאן דורכפאל געווען די טעמא איבעראל, די זאליס זענען שרעקליך צובראכען פונעם שטארקן דורכפאל.
נידערמאן אליין איז אינגאנצען פארלוירען ער קאלט ארום די עסקנים פון די אהרונים און סטראשעט מיט א מיאוסע סוף פאר די אהרונים, אפגערעדט שעלט ער געפערליך הייד פארק, און ער סטראשעט אז ער גייט עס אפשפארען.
און גאר גפערליך זענען די זאליס ברויגז אויף דער איד אנשטאט זיך אפצווישען די נאז מיטן דורכפאל האט ער אריין געלייגט פאלטשע נומבערס, אז אין ווילי האט משה דוד געהאט מיט א 100 שטימען מער ווי די אנדערע דעליגאטען, און אבאמא האט געהאט אין ווילי בלויז 700 שטימען, וואס דערווייל האט ער גאר געהאט מיט א 6-700 שטימען ווייניגער, און אבאמא האט געהאט אין ווילי איבער 400 שטימען, און האט געווינען שטארק קעגען קלינטאן אין ווילי.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2008 00:11 |
|
| |
איך לייען דא וויאזוי ר' משה דוד נידערמאן האט פארלוירן
איך קען פארשטיין אביסל פארוואס די אהרונים פרייען זיך ער איז דאך א זאלי
אבער וואס איך קען נישט פארשטיין איז די וועג ווי אזוי עטץ פריידטס ענק
אין נישט דווקא יעצט, נאר ביי יעדע זאלי וואס גייט נישט גוט, שפרינגט עטץ ארויף
אויף יענעם ווי גלייך דעמאלס וועט ענק שוין גיין גוט, אפילו יענער זאל שוין זיין האלב צי אינגאנצען
דערטראנקן, האקט עטץ אין יענעם,נישט אין אכט נעמען אז יענער האט א משפחה מיט קינער אין אייניקילך פינקט ווי ענק אלע ווי למשל
ר' מענדעל שווימער פין קרית יואל
ר' אביגדור יאקאבוויטש ע"ה ער לעבט שוין נישט אין עטץ ווילטס אים נישט מוחל זיין
ר' אשר אלימלך מייזעלס
ר' אליעזר קעסנטבוים
די אלע ר' זלמן לייב'ס ראשי הקהלה ווען זיי האבן געהאט א פראבלעם האט עטץ אן רחמנות
געשמפוט אין געהאקט אויף זיי מיט די ערגסטע מיטעלן
איך וויל ענק פרעגן ,אויף ענקער ראשי קהלה קען מען נישט טוען די זעלבע
גייט זיי אייביג גוט,אונז האב מיר פינקט אזעלכע מעשיות הן ברחניות אין הן בגשמיות
מיר האב קיינמאל קיין מיליאנטסעל נישט געטון וואס עטץ טועס
א טריט ווייטער
ר' משה דוד נידערמאן איז א זאלי לאמיר זאגן ווען ער זאל זיין אן אהרוני וואלט אנדערש
געווען די פיקטשער אין וויליאמסבורג,ער איז עפעס געווען דער ריכטער
סך הכל ארלעדיגעט ער פודס סטעפס אין מעדיקעד וואס ווילטס עטץ פין אים
ער האט ענק קיינמאל נישט וויי געטוען
אז ער וועט כאפן א נערווען ברעג דאון וועט עטץ זיין צופרידען, עטץ מיינט סאיז קונץ
איינעם צי דערווערגען ער האט קינדער אין אייניקליך,ווי איז ענקער הארץ
די זעלבע זאך טוט עטץ אין בארא פארק מיט ר' חיים דוד כ"ץ אין ר' מענדל שווימער
ווען עטץ זענס געווען אין קארט, האב מיר נישט א פערטעל אזוי געטוען פאר ענקערע דיינים אין ראה"ק
די מענטשן האבן קינדער, לאמיר זאגן סאיז א עוולה ער גייט אין קארט
אבער לא זו הדרך באשמצוען וואך איין וואך אויס
דברי חכמים בנחת נשמעים
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2008 00:24 |
|
| |
זאג נאר, דו מאכסט דיך, אדער ביסטו טאקע? ר' שמואל אבערלענדער האט נישט קיין קינדער און אייניקלעך? ר' יצחק ראזענבערג האט נישט קיין קינדער און אייניקלעך? ר' חיים אליעזר גראס האט נישט קיין קינדער און אייניקלעך? רבי אהרן טייטלבוים האט נישט קיין קינדער און אייניקלעך? און וואס איז מיט ר' דוד הויער, ר' יוסף יושע גראס, האבן זיי נישט קיין קינדער און אייניקלעך, הער מיך גיט צו, גיי אויף בעלוויו אולי וועלן זיי דיר קענען העלפן, איך נישט!!!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2008 01:07 |
|
| |
יונה'לע
עס קען זיין אז אין וויליאמסבורג ווירדזשיניע איז דאס געווען די טעמע.
נישט אין וויליאמסבורג — ירושלים דאמעריקע — וואו שבת רעדט מען פון גאר אנדערע ענינים, נישט קיין וואלן און נישט קיין קאמפיינס.
דארט זענען אידן פארנומען מיט לערנען און דאווענען!
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2008 01:45 |
|
| |
אז די האסט שוין געווארט אריין צי גיין צים דאקטער
פאר וואס האסטו נישט אויסגעווארט
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2008 02:09 |
|
| |
לאמיר גיין ווייטער
די אהרונים האבן זיך גענימען צי די ביינער פין ר' ישראל חיים מנשה
אין פין די אנדערע דיינים פין מהרז"ל, פין ר' חיים יושע מאנסיער רב
אין פין יעדע רב וואס איז מסכים צי מהרז"ל ווי למשל ר' בערל כ"ץ ר' אייזיק ספינקער
די אלע רבנים זענען אפגעפרעגט, אויף זיי מעגן מען רעדן ווי אויף די גרעסטע רשעים
האבן די זאליס גערעדט אמאל אויף די אהרונישע דיינים
אויף ר' געציל צי ר' מאיר בראנדסדארפער ,ר' מענדל זילבער ר' משה שטערנבוך
ר' לייביש ט"ב ר' משה פריעדמאן דער ב"פ דיין צי ענקער נייער רב פין מאנסי רב וואזנער
אדער ווי למשל די רבנים וואס זענען געווארן פרענדס מיט ענקער רבי'ן לעצטענס
בראדי ,שטראססער ,ר' חיים לייב כ"ץ, בעלזער דיין ,קלויזנבארגער רבי א"י
האט מיר איינמאל אפגעלאכט פין זיי ,נאכמאל די זאליס טוען נישט אגריען מיט זיי,
אבער לאכן אין אפשפעטן פין זיי מאן דכר שמי'
לאמיר גיין ווייטער
ווען דער דיין האט פארלוירן דאס ירשלימ'ער רבנות דעמאלס
האט עטץ נישט גענימען א מוהל מעסער, נאר א שוחט מעסער, געריסן פין אים לעבעדיג שטיקער
פארוואס ? וואס האט ער ענק וויי געטוען ? אין סגייט נאך אן עד היום הזה
דאס איז כלו עלמו מודה אז האדמו"ר מהר"א איז גאון
דאס איז כלו עלמו מודה אז דער דיין איז זיין רבו מובהק
דאס איז כלו עלמו מודה אז דער דיין האט אויף אים קיינמאל נישט גערעדט
נאר וואס דען דער דיין האט זיך ציגעשטעלט צי מהרז"ל
אזוי ווי ר' געציל האט זיך ציגעשטעלט צי מהר"א, גארנישט מער
ווען דען דער דיין האט מתיר געווען צי ריפן די רעבעצין אין קארט
צי ווען ער האט גע'אסר'ט בני יואל
צי ווען ער האט מתיר געווען די פובליק סקול
האבן די בני יואל גערעדט א ווארט אויפן דיין, קיינמאל קיין פיפסט נישט
אין ווייטער די חסידים האבן גאנץ גוט געוויזעט דעם דיינ'ס מיינוג האבן זיך גאר געפרייט
עטץ האט דעמאלס נישט געשריגן בלאפער שייגעץ פעיראל
איז ווייל ער איז נישט געווען א הארטער ניס אזוי ווי ר' יחזקאל ראטה
ביי די בעדפארד הייזער וואס ער האט דעמאלס ריזייענט ווייל דער ברך משה האט אים נישט געפאלגט (וואס ווער זאגט אז ר' יחזקאל איז גאר העכער פינעם רבי'ן )
פארדעם ווערט מען נישט קיין שייגץ,דער דיין איז א יוד א גאון א ירא שמים לית מאן דפליג
מען טאר נישט רעדן אויף קיינעם,איז ווייל ער איז א איידעלער יוד
אין מען קען אים גרינג בייגען איז נאך נישט דא היתר אים מבזה צי זיין
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2008 03:02 |
|
| |
געווארט מיט דוד'ל האבן זיך ביידע מוחל געווען די עברות
היינט זענען זיי א גוטער אויף יענעס חשבון
מאך נישט משוגע ביסט שוין גרויס
לאז די יונגע שלאגן
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2008 03:28 |
|
| |
ארגינעלער איך ווייס נישט וואס די באשילדיגסט מיך
איך האב קיינמאל נישט געשלאגן אין איך האלט סאיז א גרויסע עוולה
געווען דאס שלאגן אלע יארן, נישט קיין תירוץ אז מען וועט
זאגן אז דער ברך משה האט געלאזט (עיין דרשה שייגץ ארויס)
אין דעס פארוואס איך אדרעסס צי ענק,איז ווייל איך האלט ביי ענק איז
מער שכיח,אין טאמיר סאיז סאיז דא ביי מהרז"ל זייט איז דאס זעלבע
וואס דערווייל זע איך עס נישט אזוי שטארק ווי ביי אהרוניס
|
|
|
|
| נשלח ב-11/2/2008 03:46 |
|
| |
ווער געדענקט נאךווען קהל האט געמאכט אן "עיקול" אין קארט בהיתר בי"ד
האט די איד געלייגט די נעמען און טעלעפאן "נומבערס" מזאל זיי טערארזירן, ווי אזוי זיי האבן אראפגעריסן די בי"ד המתירין, צו דעם ב"פ דיין ר'משה,
וכ"ו,
געסטאפט די טשעק פאר פעיראל דיינים וואס האבען זיך נישט אונגאנצען צוגעשטעלט,
צו תולדות א"י,
צו ביי די עירוב פרשה,
אריזאנע,
ק"יוואלען,
שמ"ע,
ועוד ועוד.
הזמן יכלו והם לא יכלו
תוקן על ידי - allgood1s - 11/02/2008 3:55:18
|
|
|
|
|