הבהרה: איבער די לוחמי קעגן עדה החרדית
הבהרה וגילוי דעת
עס טוט זיך טישן און בענק די לעצטע פאר וואכן נחום ראזענבערג און אלטר משה גאלדבערגער און געשטעטנער פארפירן און קוויטשענן מיט די גרעסטע קולות אז די עדה החדרית טרעט בשאט ונפש אויף די הייליגע תורה הק', און טוט רח"ל מאכל זיין במזיד גאנץ כלל ישראל מיט שמיטה פירות.
זיי האבן אינטערוויאוס מיט ארץ ישראל אידן וואס שרייען און וויינען דארט אז רח"ל די עדה פירט כלל ישראל אראפ פון וועג...
אזוי אויך האט זיך צו די מערכה צוגעשטעלט ר' חיים צבי טייטלבוים, מיט ר' נחום אטיק, און ר' יצחק ווייס, וואס זיי פארפירען אין ארץ ישראל, און אלטר משה און נחום פארפירען פון אמעריקא, אזוי דרייט זיך די גאנצע מעשה.
וויל איך דא ארויסברענגען אביסל וואס דא גייט פאר, איך גיי נישט אריינגיין אין די הלכה חלק, ווייל דאס פארשטייט יעדער אז די משוגעים קעגן די רבנים פון די עדה החרדית איז די עדה גערעכעט, און מען דארף זיך נישטמאהל וואוסענדיג מאכן פון די משוגעים.
אזוי פיל וויל איך יא ארויסברענגען איין כלל און פאקט וואס יעדער זאל וויסן, אז אויף די זעלבער סיסטעם וואס די עדה פארקויפט די פירות אין שמיטה יאר, דאס זעלבע טוט הרב לאנדא אין בני ברק, און הרב וואזנער, און דאס זעלבע טוען אלע חסידישע אידן אין גאנץ ארץ ישראל, און רובו ככלום ליטווישע גדולים ווי למשל הגאון רבי חיים קאניווסקי שליט"א, הרב שטיינמאן, ר' נסים קראליץ, ר' מיכל לעפקאוויטש, וכו' עסן נאר די עדה פירות אין שמיטה יאר, און האלטן אזוי ווי די עדה טוט איז אויסגעהאלטן על פי הלכה, די גאנצע קאפ דרייעניש און פלפולים של הבל וואס די משוגעים פארקויפן אויף זייער האט ליין איז נישט קיין נייע זאכן דאס אלעס האט די בדי"צ העדה החרדית מברר געווען מיט יארן יארן צוריק, ווי הגאון רבי פנחס עפשטיין, הגאון בעל מנחת יצחק וכו', דאס אלעס איז אלטע אויסגעדראשענע בויך סברות.
נאר וואס קומט דא פאר איז אזוי:
עס איז דא אפאר מענטשן וואס ווילן אונטער ברענגען די עדה החדרית און די אלע אינאיינעם האבן זיך צוזאמגעשטעלט יעצט און פירן א נעבעכדיגע מערכה מיט די עדה החרדית, איך וועל זיי אלע אויסרעכענען:
1) נחום ראזענבערג וואס ער האלט אז די עדה דארף טאן נאר וואס ער וויל, אפשפארען זופניק מקוה, נאר ער זאל מעגן בויען מקואות אין ארץ ישראל, אלע חברי בדי"צ דארפן פסקנען נאר ווי אזוי ער וויל, מען דארף אים מאכן פאר גאב"ד ירושלים, וכו'.
2) הרב אפרתי, מיכל ראטשילד, וואלדמאן, זיאת (וואס רעדן און וויינען און פלאגן זיך צו רעדן אידיש אויף נחום ראזענבערג האט ליין) וכו', די אלע זענען ליטווישע מענטשן פארברענטע ציונים, און פירן אן די קאמף פאר שלימות הארץ, און זיי זענען די שטוב מענשטן פון הרב אלישיב שליט"א, זיי פירן אן א מערכה כבידה שוין יארן לאנג קעגן די עדה החרדית, די חברה זענען געגאנגען ביי די מערכה קעגן חטוטי שכבי אין גבעת זאב, האבן זיי געמאכט א דיל מיט די מדינה קעגן די עדה החדרית אז מען מעג יא גראבען, די מדינה האט זיי געפאלגט און רח"ל אויסגעגראבען די קברים פון די תנאים און הייליגע אידן וואס זענען געווען באגראבען דארט, די באנדע פירן אן א מערכה קעגן די עדה ווי זיי קענען נאר, ווייל די עדה אנדערקענט נישט די מדינה הציונית, יעצט האבן זיך די חברה אויך ארויפגעכאפט אויף די מערכה ווייל זיי האלטן אז דא קען מען באגראבען די עדה, און רעדן אויף האט ליינס צו "אונז סאטמארע אידן", און זיי זענען אונז מסביר אז די עדה החרדית פירט אראפ כלל ישראל...
3) ר' נחום אטיק, ר' חיים הערש טייטלבוים, משה גבאי, ר' יצחק ווייס, ר' מנשה פילאפף, וכו', זיי פירן אן א שמוציגע מערכה כבידה קעגן די עדה די לעצטע פאר יאר, צוליב אפאר טעמים
1) ווייל זיי האבן נישט אויפגענומען ר' ישראל חיים מנשה פאר גאב"ד עדה החרדית 2) ווייל די בדי"צ העדה החרדית האט געשריבן א בריוו אז זיי מיזן שוין ארויסגיין פון די ציוניסטישע קארט אין בני ברק, 3) ווייל רז"ל האט געשריבען היי יאר א ברכת השנה פאר די עדה החדרית און זיי האבן אים געלאזט מיטן צינג אינדעראויסען און אים נישט צוריק געשריבען, 4) ווייל הגאון רבי מאיר בראנסדארפער שליט"א האט אנגענומען די בוררות פאר סאטמאר 5) ווייל רבי משה שטערנבוך שטיצט די אהרונים, וכו' וכו', אשר על כן האבן זיי דא געטראפען א פתח אין זיך צוזאם געשטעלט מיט די אלע ציונים און משוגעים כדי אונטער צו ברענגען די עדה.
4) ר' אלטר משה גאלדבערגער וואס מען ברויך נישט מסביר זיין וואס ער וויל...
עס איז בלויז א קאווער אפ...
5) ר' יודל ראטער פון אנטווערפן וואס האט אן אינטערוויע אויף אלטר משה האט ליין ווי א שרייט און וויינט אז די עדה גיט דעם עולם צו עסן טריפה פלייש, ער זאגט אז ער וואוינט אין ארץ ישראל אבער ער וואוינט אין אנטווערפן, די מעשה מיט אים איז אז ער האט אמאל געוואוינט אין ארץ ישראל אין ער האט זיך צוהארגט מיט זיין ווייב אין איר געריפן אינעם ציוניסטישען קארט אין ארץ ישראל, אין די בדי"צ העדה החרדית האט ארויסגעבען א סירוב אויף אים און געשריבן אז ער איז א מסור, מען האט אים ארויס געווארפען פון אלע בתי מדרשים האט ער געמופט קיין אנטווערפן, איז ער איז געווארן א הייסער זאלי, למעשה אין אנטווערפן האט אנגעהויבען צו פירן א קאמף קעגן אים הגאון ר' חיים יוסף דוד ווייס שליט"א דומ"ץ סאטמאר און ער האט געשריבן גאר שארפע בריוון קעגן אים, אויך די בדי"צ פון אנטווערפן איז ארויסגעקומען שארף קעגן אים אז ער איז א מסור און ער איז מעגן רח"ל זיין ווייב (עד היום הזה), הגאון רבי יצחק טובי' ווייס שליט"א וואס איז דעמאלס געווען א דיין אין אנטעווערפן האט אויך אונטערגעשריבען קעגן אים, כ"ק אדמו"ר מפעשעווארסק שליט"א האט אים גע'אסר'ט אריינצוטרעטן ביי אים אין ביהמ"ד.
יעצט האט ער זיך אויך צוגעשטעלט צו די מערכה, ווייל אויף איין שאס קענען שיסן די עדה החדרית, רבי יצחק טובי ווייס שליט"א, די אהרונים, אוןן אפשר זיין ווייב אויך...
איך האף אז דער עולם פארשטייט וואס דא גייט פונקטליך פאר און אדרבה ווער עס האט עפעס צו פרעגן קען פרעגען.
נאר אסאך הכל איז כדאי צו מאכן!
אויף איין זייט שטייען די חברי בדי"צ העדה החרדית הגאון רבי יצחק טובי ווייס שליט"א, הגאון רבי משה שטרנבוך שליט"א, הגאון רבי מאיר בראנסדארפער שליט"א, הגאון רבי יעקב בלויא שליט"א, הגאון רבי אברהם יצחק אולמאן שליט"א, הגאון רבי יעקב מענדל יאראוויטש שליט"א, הגאון רבי יושע ראזענבערגער שליט"א, הגאון רבי נפתלי פרענקל שליט"א, און אלע מוצי"ם פון די עדה.
צוזאמען מיט הגאון רבי שמואל הלוי וואזנער שליט"א, הגאון רבי חיים קאניווסקי שליט"א, הגאון רבי ארי לייב שטיינמאן שליט"א, הגאון רבי שליט"א, הגאון רבי מיכל לעפקאוויטש שליט"א, הגאון רבי משה לאנדא שליט"א, הגאון רבי נסים קראליץ שליט"א, און אלע גדולי ופוסקי דורינו שליט"א.
וואס זיי אלע ווילן רח"ל אן עסן אלע אידן פון ארץ ישראל מיט שמיטה פירות...
און אויף די אנדערע זייט שטייען נישט, קיין איין רב, קיין איין פוסק, נאר ר' נחום ראזענבערג, ר' חיים צבי טייטלבוים, ר' אלטר משה גאלדבערגער, ר' יצחק ווייס, ר' משה גבאי, ר' יוסף וואלדמאן, ר' מיכל ראטשילד, ר' משה פילאפף, הרב אפרתי, וואלדמאן, זיאת, ר' שמעון פערעס, ר' אריק שרון, ר' יודל ראטער, וכו' וכו'
וואס ווילן ח"ו נישט צו לאזן אז די עדה החרדית זאל אן עסן כלל ישראל מיט שמיטה פירות...
 |
|
|