| נשלח ב-29/2/2008 00:17 |
|
| |
מציבה פון רביה"ק מסאטמאר ז"ל פארשוועכט רח"ל
קול סאטמאר מעלדט יעצט אז די מציבה פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע איז ליידער פארשוועכט געווארן דורך ליידער היימישע וואנדאלן.
מ'בעט ווער עס האט מער פרטים זאל דא מודיע זיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/2/2008 17:05 |
|
| |
איך האב מיך אלס געוואונדערט פארוואס מען לאזט דעם ציון הקדוש
אזוי אפען שטענדיג, וואס מען זעט נישט כמעט ביי קיין איין בית החיים דא אין
אמעריקע אז מען זאל קענען שטענדיג צוקומען. איך האב פארשטאנען די כוונה אז דאס
וויל מען טאקע אז עס זאל זיין אייביג גרייט פאר אידן זיך אויסצובעטן אלעס גוט'ס,
אבער מיר דארפן זיין רעאליסטיש און וויסן און פארשטיין אונזער מצב, אז די צודרייטע
זשיהאדיסטן זענען עלול אויף אלעם, יא ממש אויף אלעם אן קיין שום אפהאלט, אלעס
מיט'ן גוטהייסונג פון זייערע פאר'מאסקירטע א.ג. פירערס מיט מדות מגונות אנשי רשע
שיודעים את ... ומתכוונים למשול בכפה, בתורת גם לי גם לך לא יהי'. דעריבער איז
נישט גענוג קיין פיקטשערס און קאמעראס מען דארף א ריכטיגע שמורה מעולה יום ולילה
לכבוד רבותינו הקדושים בגנזי מרומים.
מיין עצה איז מען זאל בעטן א פריטה פון יעדן מתפלל, אדער אויף
קהל'ס חשבון אבער ווען דער שומר איז נישטא איז עס צוגעשפארט און די שליסל ליגט
ביים שומר, ווי אין דער אלטער היים. עס זעט אפשר אויס ווילד, אבער ההכרח לא יגונה.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2008 02:36 |
|
| |
הבדלה, אנפארטשונעטלי האסטו נישט דעם כח אריינצורעדן איבער די חברה קדישא. דו האסט ניטאמאל קיין שטים-רעכטן צו קענען ערוועלן חברה קדישא.
דעריבער וועט מען מוזן גיין מיט'ן אנדערן מיטל וואס מיר סאטמארע חסידים האבן פארגעשלאגן, דהיינו: צו פארשליסן דעם ביה"ח פאר די שונאים, די זאליס/בני יואל, און ס'וועט זיין שלום ושלווה.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2008 03:32 |
|
| |
עטס האטס דאס שוין פראבירט בחיים חיותו פונעם רבי'ן זצ"ל אים צו פארכאפען מיטן כח פון "ערכאות" און סאיז ענק נישט געלונגען, מיינט עטס אז לאחר הסתלקותו וועט איר אים אויך פארכאפען? הי' לא תהי'!
עטץ האטס אים מבזה געווען מסוף העולם ועד סופו בחיים חיותו, און עטץ זענטס אים ווייטער מבזה לאחר הסתלקותו, ווילט איר נאך האבן בעלות אויפן קודשי קדשים? הי' לא תהי'!
ענקערע דמיונות וועט ענק ווייטער פירען על מי מנוחות אזוי ווי ביז היינט.
גייטס ווייטער אן מיטן בויען "אייגענע" מוסדות (ווייל יענעמס קענט עטץ נישט האבען עניוועי) און פרייטס ענק און זייטס העפפי.
א פרייליכן פורים
|
|
|
|
| נשלח ב-3/3/2008 03:47 |
|
| |
חיים חייקל, בארואיג זיך און פאנג אן צו זינגען שיין און געלאסן, אאאאך, טוב וחסד, ירדפוני כל ימאאאאי חיי, ועעשבתי, בבית ה', בבית ה' לאורך ימים.
דא גייט מען ארויף מיט'ן טאן, אאאאך, טוב וחסד, ירדפוני כל ימאאאאי חיי, ועעשבתי, בבית ה', בבית ה' לאורך ימים.
|
|
|
|
|