רעב 'איד', זענען די זאליס טאקע אזוי דום?
איך האב זיך ממש געריבן די אויגן נעכטן נאכט, עמיצער האט מיר געוויזן א שטיקל אינעם איד, שווארץ אויף ווייס, אז כ'האב זיך געציפט צו זען אויב איך חלום.
באמת וואלט איך נישט געעפנט נאך אן אשכול, ס'איז שוין אזוי אויך דא גענוג און איבריג אשכולות וועגן די נארישע נסיעה קיין אנטווערפן - די איינציגסטע פלאץ וואו רז"ל דארף נישט זאגן קיין תורה אדער זיך טרעפן מיט רבנים, און ווען ער טרעפט זיך שוין יא מיטן איינציגן רבי'ן דארט ווערט אלעס פארקליידעט אין מיליטערישער געהיימניס - און ס'גרוילט שוין אפילו מיר. אבער דער אשכול צילט באמת א זייטיגע נקודה וואס ווען נישט איך זע עס מיט די אייגענע אויגן וואלט איך עס נישט געגלייבט.
יעדער וויליאמסבורגער איינוואוינער האלט שוין מיט חדשים לאנג אז די זאליס גרייטן זיך אויף א נסיעה קיין אנטווערפן. אלע זאלי בתי מדרשים זענען שוין איבער 2 חדשים באהאנגען מיט מעכטיגע פלאקאטן אז מ'זאל זיך אנשליסן אין די נסיעה, ווער רעדט פון די לעצטע דריי וואכן ווען מ'האט נישט געקענט גיין א אינטש אין ראדני אן זען עפעס וועגן די נסיעה. די זאליס האבן געצאלט טיקעטס אין די מאסן, געשלעפט רעכטס און לינקס, און געטון אלעס אין דער וועלט צו מאכן ווי מער פאמפע פאר די נסיעה. שוין צוויי וואכן וואס די אימעילס ארבעטן אווערטיים צו פראפאגאנדירן פאר די נסיעה. דער איד אליינס האט געהאט פאר עטליכע וואכן גאנצע ביילאגעס נאר וועגן די איינע נסיעה און די מיליאנען וואס מ'גייט דארט מאכן - אנגעהויבן האט זיך עס מיט 9 מיליאן, אראפ צו פיר, און געבליבן ביי צוויי, אבער דאס איז שוין ווידער א זייטיגע זאך.
יעצט זע איך אין דער איד פון פאריגע וואך, נישט ווייניגער נישט מער, נאר אז די גאנצע נסיעה איז פארגעקומען "אן קיין שום פראפאגאנדע" !!! יא, אזוי שטייט דארט שווארץ אויף ווייס. פשוטו כמאמרו !!!
זענען די זאליס טאקע אזעלכע דום קעפ, אז דער איד טראכט אז זיי גייען עס אפקויפן ?! האט נישט דער איד זעלבסט געהאט דריי פראפאגאנדע ביילאגעס פאר די איינציגע נסיעה ?! געוויסע אנאליסטן האבן געמאכט א חשבון אז די נסיעה האט נישט 'אריינגעברענגט' קיין צוויי מיליאן, נאר האט גאר געקאסט צוויי מיליאן, און יעצט האבן זיי די גאל צו שרייבן אז ס'איז געווען אן קיין פראפאגאנדע !!!
זענען די זאליס גרייט אפצוקויפן יעדן לאקש, אבי מ'קען הערן און זען עפעס קעגן רבינו שליט"א ?! אומגלויבליך !
 |
|
|