בית פורומים כל העולם כולו

אדמו"ר מפשעווארסק: ארויס פון ציוניסטישן קארט!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/3/2008 20:34 לינק ישיר 
אדמו"ר מפשעווארסק: ארויס פון ציוניסטישן קארט!

די זאליס האבן געכאפט א מעכטיגער פראסק וואס זיי ווייסן זיך נישט ווי אהין צו טאן, דאס איז נאכדעם וואס מאנטאג איז ארויסגערינען דורך די גבאים פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א דער גרויסער סוד וואס ער האט געבעטען רז"ל ווען ער האט זיך איינגעשפארט מיט אים פערזענדליך.

כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א האט געבעטען רז"ל
אז ער זאל ארויס גיין תיכף ומיד פונעם ציוניסטישען קארט קעגן קהלת ומוסדת סאטמאר בבני ברק,
ער האט אים געזאגט אז כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א (וואס איז גאר נאנט מיטן פשעווארסק רבי שליט"א פון די צייט וואס ער האט געווינט אין אנטווערפן) האט אים פאריגע וואך מיטוואך אנגערופען און אים געבעטען אז ער זאל בעטן רז"ל ווען ער קומט צו אים אים אז ער זאל הייסן זיינע מענטשן שוין ארויס גיין פונעם קארט אין בני ברק.

דער ירושלימער רב שליט"א האט געזאגט אז ער האט שוין געשריבן א בריוו דערוועגן אז רז"ל מענשטן זאלן ארויס גיין פון קארט תיכף, און ער האט שוין געבעטן רז"ל פרעזנדליך אבער דערווייל פאלט עס אויף טויבע אויערן און מען גייט אן ווייטער מיטן שרעקליכן חילול ה', דער ירושלימער רב שליט"א האט געזאגט אז חוץ די חילול ה' איז דאס איז א שרעקליכער חורבן פארן גאנצן יהדות החרדית אין ארץ ישראל ווען יעדער זעהט אז סאטמאר גייט אינעם ציוניסטישען קארט, און דאס מאכט חרוב אלעס.

רז"ל האט אנגעהויבען צו דרייען פארן פשעווארסק רבי שליט"א אז ער איז נישט באקאנט מיט די פאקטן, ער גלייבט נישט אז זיינע מענשטן גייען דארט אין קארט, יעצט וועט ער זיך אריינלייגן און זעהן וואס ער קען טאן, ער האט געהערט אז די מנהל פון די אהרונים אין בני ברק ר' משה חיים ווייס שליט"א איז געגאנגען אין קארט, דער פשעווארסק רבי שליט"א האט אים געזאגט אז ער האט דער ירושלימער רב שליט"א האט אים געזאגט אז די מנהל וואלערשטיין וואס פירט די מוסדות אין ירושלים איז געגאנגען אין קארט, רז"ל איז פארלוירען געווארן האט ער געזאגט אז ער וועט זיך שטארק אריינלייגען אינעם ענין און זעהן מען זאל אלעס טאן על פי תורה.

דער פשעווארסק רבי שליט"א אז ער דארף שוין טאן דערוועגן און ער וויל הערן תשובה נאך פאר ער פארט אוועק פון אנטווערפן, רז"ל האט אים געזאגט אז יעצט איז ער זייער פארנומען פארשאפען געלט פאר די מוסדות אין אנטווערפן און ער וויל זיי ארויס נעמען פון די רעגירונג, און דארף האבן דערפאר 8 מיליאן דאלער, ממילא איז ער זייער טרוד דערוועגן די נעקסטע פאר וואכן.

דער פשעווארסק רבי שליט"א האט אים געזאגט אז דאס ארויס גיין פונעם קארט אין בני ברק איז וויכטיגער, קודם זאל ער טאן אין דעם איז עס ערלעדיגען און נאכדעם קען ער טאן פאר אנטווערפן, רז"ל האט אנגעהויבען צו דרייען אז ער האט שוין צוגעזאגט וכו', און נאך פוילע תירוצים, ער האט געמאכט ליצנות פון די זאך, אבער די פשעווארסק רבי שליט"א האט זיך אנגעטאנעט מיט אים און נישט נאכגעלאזט אין אים געזאגט אז ער וויל תשובה נאך פאר ער פארט אהיים.

דער פשעווארסק רבי שליט"א האט זיך געשפירט שרעקליך געטראפען פון די וועג ווי אזוי רז"ל האט זיך אויפגעפירט, און וועגן דעם איז ער מוצשב"ק געקומען שפעט און נישט געוואלט רעדן און דארט געווען פאר בלויז 2 מינוט.

די זאליס ברענען יעצט פאר כעס אויף כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א זיי שיקן אים שוין די גאנצע וואך שארפע מעסיטעזש אז טאמער ער וועט זיך נישט אפלאזן דערפון וועלן זיי אים ווייזן וואס זיי קענען, און אויך שעלטן זיי כ"ק אדמו"ר מפשעווארק שליט"א פארן פאר האלטן רז"ל.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אדמו"ר מפשעווארסק: ארויס פון ציוניסטישן קארט!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext