שוידער: אינגערמאן געכאפט פעלשן פלאמבעס אין מאנסי
פון קראנטע קוועלער בין איך געוואויר געווארן אז מ'האט ליידער געכאפט א היימישער יונגערמאן אינמיטן די ארבעט פון פעלשען פלאמבעס אין איינע פון די גרעסטע סופערמארקעטס אין מאנסי.
בחסדי ה' האט מען באמערקט די שייגעץ שטיק פון דעם יונגערמאן אויף די ווידיא קאמרעס. דער יונגערמאן האט מודה געווען אויף אלעם, בתנאי אז מ'וועט נישט מאכן קיין קלאגעס ביי די פאליציי קעגן אים.
מ'איז געוואויר געווארן שוידערליכע פרטים פון דעם חברה'מאן, און אויך האט מען געפונען ביי אים פלאמבעס, פון מהודר'דיגע שחיטות כדי צו מאכן א שלעכטן נאמען אויף זייער שחיטה וד"ל.
אין זיין אויטא האט מען געפונען עופות פון טריפה'נע קאמפאניס רח"ל, און ער האט מודה געווען אז ער האט באקומען דערפאר גרויס געלט.
איך קען נאך נישט שרייבן קיין פרטים, איינס ווייל ס'איז נאך אינמיטן די אויספארשונג און צוויי, ווייל איך מוז נאך הערן מער קראנטע פרטים איידער איך שרייב מער דיטעילס.
איך האף צו קענען שרייבן מער פרטים.
|
|