עס איז לעבעדיג אין מאנסי. די שטאט איז אויף מיט די נייע געשלעג וואס האט אויסגעבראכן צווישן די חיימשונים און די זאלונים. דער מצב איז גאר אנגעצויגן, דער קאלטער קריג ווערט אנגעווארעמט, און אלעס צוליב די הכנסת ספר תורה פון קומענדיגע וואך זונטאג.
ר' חיים יושע מאכט א הכנסת ספר תורה קומענדיגע וואך זונטאג און ס'זענען געווען געוויסע אין זיין קהל וואס האבן באשלאסן אז כדי אנצוהאלטן דעם שוואכן נארדערן אלייענס מיט די זאליס דארף מען איינלאדענען רז"ל.
און דא האט אויסגעבראכן א מעידזשאר פייט צווישן די חיימשונים און די זאלונים, וואס האט דערגרייכט ביז פעטש ועד בכלל.
די חיימשונים האבן דערקלערט אז זיי האבן זיך גענוג געבראכן מיט'ן איינלאדענען רז"ל, און דאס איז שוין גענוג, און דער כבוד דארף מען געבן נאר פאר ר' חיים יושע. ווידעראום די זאלונים פארפירן אז מען דארף ארויפלייגן רז"ל'ס נאמען אויף אלע צעטלעך אז ער גייט זיך משתתף זיין.
דערווייל לייגט די קהלה ארויף צעטלעך אן רז"ל'ס נאמען, און די זאליס זיצן און מאכן מיטינגס וויאזוי נקמה צו נעמען. נעכטן האבן זיי געלאזט פרינטן סטיקערס בהשתתפות רז"ל און זיי האבן עס ארויפגעקלעבט אויף די צעטלעך פון קהל, מאכנדיג רז"ל אויסקוקן ווי א גרויסער לוזער. די חיימשונים האבן אראפגעריסן די צעטלעך און ארויפגעלייגט נייע אן דעם נאמען, און אזוי איז עס געגאנגען אהין און צוריק, באגלייט מיט קולות, פעטש און ארויסווארפערייען.
די זאלונים זענען געגאנגען און ארויסגענומען אדווערטייזמענטס אין די אדווערטייזינג בראשורן וואו זיי האבן געוואלט אריינלייגן צעטלעך מיט רז"ל'ס נאמען. א שטורעם האט אויסגעבראכן און קהל האט געמאכט א מיטינג אינאיינעם מיט די נייע קהל מיטגלידער וואס נעמט אריין אפאר זאלי יונגעלייטלעך פון אונטער 25 יאר. ביי די מיטינג איז אנגעקומען דער פושקע גייער פון שול ר' יאנקל גראס, וואס איז זייער א נאנטער מקורב און עצה-געבער פאר ר' חיים יושע, און האט געשריגן אז מען איז זיך מתחצף פאר'ן רב, און ס'באדערט זייער פאר'ן רב וואס מען טוט.
די נייע זאלי קהלס-לייט האבן אנגעפאנגען צו פארפירן אז ר' יאנקל איז נישט קיין ערוועלטער קהל מיטגלידער און האט נישט דארט וואס צו זוכן, און מען האט אים ארויסגעווארפן פון דארט מיט בזיונות. די זאליס האבן אגב אנגעפאנגען צו שרייען, היתכן מען לאזט ר' יאנקל גראס האבן אלע שליסלען פון ביהמ"ד און אנפירן די שול, ווען זיין גאנצע פאזיציע איז נאר צו גיין מיט די פושקע און פארקויפן עליות.
גרייטס ענק אויף אסאך פאן.
נשלח ב-19/3/2008 17:53
געשמאק ביסטו זיכער ?
ווייל ר' חיים יושע איז געווען די וואך ביי האדמו"ר מהרז"ל אין שטוב ווי ער האט אריינגעשריבן א אות
אין אויך גערופן צי די הכנסת ספר תורה
נשלח ב-19/3/2008 17:59
נו, לעניננו?
נשלח ב-19/3/2008 18:08
געשמאק סהאלט אסאך ווייטער !
די חיימשונים זענען ביטער דיפרעסט פין דעם גרויסן שבת
ווידער די זאלונים זענען נישט אזוי דיפרעסט פין דעם גרויסן שבת ווייל אזוי האפן זיי צי קאפטאלזירין
די חיימשונים האבן עס דירעקט געמאכט די הכנסת ספר תורה אין שושן פורים כדי ר' זלמן לייב זאל זיך נישט אנרוקן, אבער די חיימשונים האבן אינטערגשאצט וויפיל צייט דער ר' זלמן לייב האט
אין די זאלונים האבן האבן אנגעהויבן לייגן פרעשור אויף די חיימשונים אז מען מיז ריפן ר' זלמן לייב
בלית ברירה האבן זיי אים גערופן, אין ווי ערווארטאט האט ער עס גענומען
אין יעצט איז אינטערסאנט צי זען ווי אזוי די קארטן וועט זיך אויסשפילן
טאמיר האט זיך איינער איינגערעדט אז פינקל פרשה האט איבערגעדרייט מאנסי זאל צי ווארטן אויף שושן פורים ווי די פורים רבנים וועלן זיך רייסן ביי די נעזער
נשלח ב-19/3/2008 18:15
געווארט יא ס'איז אמת וואס די זאגסט אז ר' חיים יושע איז געווען ביי רז"ל אינדערהיים איינלאדענען
אבער ס'איז אויך אמת וואס געשמאק שרייבט אז די אלטע קאלטע קריג צווישון זאלוינים און חמשוינים האלט אויפן העכסטן שטאפל זינט די קריג האט זיך אנגעהויבן
מ'האלט קוים צוויי וואכן פון ווען די חיימשוינים האבן געמאכט וואלן וואס ס'האט געדארפט אפשטילן די קאלטע קריג און אפס.......
ס'פלאקערט פריש
די חיימשוינים קהילה געט אריין א ספר תורה לע"נ די ברך משה
די זאליס פארלאנגן מ'מיז ברענגן רז"ל
ר' חיים יושע האט אבער א גרויסן פראבלעם ער איז דאך רבי און מאנסי מ'וועט ריפן רז"ל וואס וועט מען שרייבן די רבי קימט??? ער איז דאך רבי
די זאליס האבן געזעהן די צעטליך זענען זיי ווילד געווארן און זיי קלעבן ארויף סטיקערס בהשתתפות כ"ק אדמו"ר
די חיימשוינים רייסען עס אראפ אזוי גייט עס שוין אן די לעצטע צוויי טעג
יעצט דארף מען שטיין און די זייט און ווארטן ווי די פייט וועט ווייטער גיין?
וואס גייט זיין ביי די הכנסת ספר תורה?
וואס גייט רז"ל באקימען?
ווי גייט רז"ל זיטצן? ווי גייט ר' חיים יושע זיטצן ביידע זענען די רבי
נשלח ב-19/3/2008 18:24
דער איידלער ר' חיים יושע האט איינגעלאנדט
דעם בארא פארקער רב מיט ר' שלום אליעזר
זיי האבן אים גראד געזאגט דעם שיינעם ר' חיים יושע
אז טאמיר ריפט ער נישט דעם רבי'ן קומען זיי נישט
וואס ווי באקאנט האט דער איידלער חיים יושע שוין
אנגעהויבן זיין שמוצגען קאדנעץ אין די מחלוקה נאך
ביי די פאריגע הכנסת ספר תורה וואסהיינט קומט אלעס אהיים מיט פראצנעט
אין בדרך אגב הער איך אז נאר די ספר תורה איז געווען ביי מהרז"ל
נשלח ב-19/3/2008 18:42
לויט ווי איך דענק נאך די פטירה פון ר' משה האט מען אין מאנסי ברבים מכתיר געווען די איידעם אלס דער אדמו"ר דארט, זלמן לייב'ס נאמען איז קיינמאל דערמאנט געווארן, ס'ידוע לכל אז האלבערשטאם האלט קלאר אז ער האט די רעכט, און זיין רצון איז צו זיין דער זעלבסשטענדיגער אדמו"ר אין מאנסי, פארוואס זאל מען נישט רעספעקטן זיין רצון? נאכאלעם איז ער א נונטער ידיד אין שטיצער פון זלמן לייב, און ס'לוינט זיך נישט פאר די זאלויניס זיך צו פארטשעפען מיט איהם, און בכלל וואס איז שלעכט אז ר' חיים יושע איז דער רבי, די זאלויניס זענען דאך ממילא נישט די סארט חסידים וואס האלטן עפעס ווייס-איך-וואס פון זלמן לייב זיי ווילן דאך בלויז אן אלטערניטיוו צו אהרן, נו וואס א חילוק ווער דער אלטערנאטיוו איז, איבערהויפט אז דער האלבערשטאם איז א שטארקער שטיצער פון זלמן לייב.
נשלח ב-19/3/2008 18:51
אלץ א שטראקער שטיצער פין צי טיילן סאטמאר נישט נאר אויף צוויי נאר אויף טויזנטער שטיקער
וויל איך וויסן ווער האט מכתיר געווען ר' חיים יושע אלץ רב אין מאנסי דער ברך משה ?
ער האט נישט געהאט קיין שום רעכט אין נישט נאר דווקא מיט ר' חיים יושע
נאר אלע זיינע קינדער,ער האט זיי ארויף געצווינגן מיט געוואלד אויף יעדן
יעדע איינע פין זיינע קינדער הכתרות האט מען זיך געשלאגן אמאל פריער אמאל שפעטער
נישט ער (ברך משה)איז געווען ראוי לאותו איצטלא אין נישט זיינע קינדער
אז בממילא יעדער איינער קען זיך טוען וואס ער וויל
האדמו"ר מהרז"ל אין קרית יואל אין האדמו"ר מהר"א אין וויליאמסבורג
אין קיינער זאל נישט פארקויפן אז דער צי יענער איז רב אין מען טאר גארנישט טוען אין זיער רשות
נשלח ב-20/3/2008 07:49
נעכטן איז געגאנגען מכות רצח. די זאליס האבן ארויפגעקלעבט די סטיקערס, בהשתתפות רבינו שליט"א און יאנקל גראס איז גקומען צו לויפן מיט א רציחה און ער האט געשריגן "עטס זענטס מצער דעם רב, עטס זענטס מצער דעם רב" און ער האט אנגעפאנגען צו רייסן צעטלעך. ס'האט אנגעפאנגען צו גיין פעטש אז ס'איז געגאנגען א רויך.
מען גרייט זיך פאר א וועלט מלחמה.
נשלח ב-20/3/2008 07:56
אגב, ס'איז נישטא וואס רחמנות צו האבן אויף די חיימשונים. פאר לאנגע יארן האבן זיי אנגעלייגט א טעראר אויף מענטשן. מען האט געסטראשעט אידן מיט'ן צונעמען פרנסות און מיט'ן ארויסווארפן די קינדער פון די מוסדות, אויב טרעטן זיי אריין אין סאטמאר.
ווען רבינו שליט"א איז געווען אין מאנסי זענען א שיינע צאל מאנסיער אידן אוועקגעפארן אויף שבת, ווייל זיי האבן געציטערט אז אויב זיי וועלן בלייבן אין מאנסי און גיין צו די טישן פון רבי'ן וועט מען זיי ביטער טעראריזירן.
דער יאנקל גראס אליינס איז געבליבן אין מאנסי יענעם שבת, כדי צו האלטן חשבון אויף די וואס זענען "מצער דעם רב שליט"א" און גייען צו ישיבה אוו ספרינג וואלי. יאנקל גראס'ס טאטע פון ארץ ישראל האט חתונה געמאכט א קינד יענע וואך, און שבת שבע ברכות איז פארגעקומען אין וויליאמסבורג אבער יאנקל גראס איז נישט געגאנגען צו די שבע ברכות, ווייל ער האט געמוזט בלייבן אין מאנסי צו אנהאלטן דעם טעראר.
יעצט באקומען די חיימשונים צוריק כפל כפלים פון די זאליס אין זייער אייגענעם שול.
נשלח ב-24/3/2008 02:34
עני אפדעיט?
נשלח ב-24/3/2008 06:46
סאיז געווען בערך 350 יודין ביי דיהכנסת ספר תורה
150 פין מאנסי אין די איבריגע פין ארום
מען האט געטאנצען מיט די ספר תורה אין צוויי אין האלב שעה ווייל מען האט געווארט אויף מהרז"ל
ווען מהרז"ל איז אנגעקומען האט זיך ר' חיים יושע נישט וויסנדיג געמאכט כאילו לא היה,
ביי די סעודה האט מען א גאנצן צייט חוזק געמאכט פין רבי'ן ר' חיים יושע האט געלאכט ווי א זיבעלע
די חיימשונים האבן געפלאמעט ווען מהרז"ל איז אנגעקומען אין מען האט אים געשטיפט
ר' חיים יושע האט געזאגט ביי די דרשה אז ער איז בעה"ב אין מאנסי
מען האט געזיניגען 90 פראצענט באבווער ניגונים
ווען מהרז"ל האט אנגעהויבן לדוד מזמור האט זיך אנגעהויבן פאר 25 סקינדעס ברימרייען
יענקעלע גראס איז געלאפען ווי א פארסאמטע מייז א גאנצע צייט
ר' חיים יושע האט געזאגט ביי די דרשה אז דער שווער האט אים זייער ליב געהאט
די גאנצע צוויי אין האלב וואס מען האט געטאנצן זענען אלע זאליס (150)געשטאנען אינדרויסן
מיט די סעלפאנס אין געקאלט ווען דער צדיק קומט שוין אן
נשלח ב-24/3/2008 08:11
סקאטמאלען:
באמבע: חיים יושע ערקלערט: די שוואגער איז בעה"ב אין מאנסי
גאר קראנט געהערט,
די זאלויניס יובלע'ן, אז זיי האבן דעראבערט נאך א סאטמארע צענטער
די אהרויניס זענען דיפרעסט, אז מאנסי איז עמטליך אריינגעפאל צון זייער שונא נומער 1
די חיימשונים זענען דיסעפוינטעט אז זייער רבי האט זיי אזוי אן רחמנות אריינגשלעפט אין מאראסט אריין
נשלח ב-24/3/2008 21:33
איך האב געמאכט א פארדריסליכן טעות, איך בין געווען מיסאינפארמירט, די מעשה איז פונקט קאפויער,
זלמן לייב האט ערקלערט אז זיין שוואגער האלבערשטאם איז דער בעה"ב אין יורש אין מאנסי,
דאס מאכט שוין מער סענס,
אשר ע"כ, חסורי מחסרא והכי קתני:
די זאלויניס זענען צוטראגן אז זייער פארטיי איז מיס-רעפריזענטעד אין מאנסי.
זלמן לייב פערזענליך איז א געווינער, ווייל עס האט געוויזן אז ער איז דשענטלמאן, ער האט יעצט גאראנטירט אז האלבערשטאם וועט איהם לעולם ועד דאנקבאר זיין און זיין אויף זיין זייט.