בית פורומים כל העולם כולו

שערורי': קרית יואל מוסדות הערן אויף צו סערווירן צענדליגער משפחות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/3/2008 00:54 לינק ישיר 
שערורי': קרית יואל מוסדות הערן אויף צו סערווירן צענדליגער משפחות

די גאנצע שטעטל רודערט זיך פון די שרעקליכע שערוריה, אז די מוסדות האבן באשלאסן צו אויפהערן שיקן באסעס צו צענדליגער משפחות אין קרית יואל, מיט אלע מיני תירוצים, אז זיי וואוינען אינדרויסן פון שטעטל, וכדומה.

היינט האט מען נישט אויפגעפיקט אלע קינדער פון מילוועל לעין, און אין סעווען ספרינגס האט מען נאר אויפגעפיקט די קינדער וואס וואוינען ביז אברהם ווידער'ס זונ'ס הויז!

די חוצפה איז געפערליך! מען צווינגט צענדליגער משפחות אז זיי זאלן דינגען טעקסיס צו שיקן די קינדער אין חדר, אדער זאלן זיי אריינלייגן די קינדער אין ויואל משה אדער בני יואל, וואס שטעלן יא צו טראנספארטאציע!

ביי אונז אין מילוועל לעין האבן שוין צען טאטעס געמאלדן אז זיי גייען אריינלייגן די קינדער אין ויואל משה, ווייל זיי האבן נישט קיין געלט צו צאלן פאר קיין טעקסיס, און זיי מוזן אריינפארן צו די ארבעט יעדן פארטאגס, און קענען נישט אויסווארטן ביז ווילאנג די קינדער גייען אין חדר/סקול.

פרעגט זיך די שווערע שאלה. אין א צייט וואס סאטמאר איז צוטיילט אין צוויי און ס'איז דא א קאמפעטישאן, גייט מען און מען טוט בידים מרחק זיין היימישע מענטשן, חסידים פון רבי'ן שליט"א, און פארוואס? ווייל זיי וואוינען אין א געגנט וואס איז נאכנישט געענעקסט געווארן דורכ'ן ווילידזש. (אסאך סעווען ספרינגס איינוואוינער וואוינען שוין דארט לענגער ווי רוב תושבי קרית יואל.)

איז טאקע נישטא קיין איין נארמאלער מענטש אין די מוסדות?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/3/2008 15:29 לינק ישיר 

ר' ביז אהער
האלט דיך נישט אזוי גרויס מיט דעם פאקט אז די ביסט געווען איינער פין דע וואס וואס האבען ציגעהאלפען אפשטעלען דע טראנספארטשישען.
האסטו אפשר אויך אריין געטראכט ווי פיעל שעות ביטול תורה פין תשב"ר די האסט גורם געווען מיט דעם וואס קינדער קימען נישט אן אין די צייט ?
אין בכלל ,קודם כל אז די וועסט חאפען א פאר ארום די געגענט וועסטו זעהן אז מען זעהט דארט לגמרי גארנישט, אין וואס מען זעהט יא , ווערט נעלם פין טאג צי טאג , ווייל די גוים רובם כ'כולם ווערען נעלם פין דארט, פין טאג צי טאג ווערט דארט מער יודען , ס'איז שוין דארט שווער צי קויפען היינט ציטאג א הויז , אלעס באלאנגט שוין פאר יודען.
נאכדעם , ס'איז שוין א געשענער פאקט, עס וואוינען דארט א גרויסע צאל יודען [איך ווייס נישט קיין נאמבער] געבענטש מיט קינדערלעך כן יורבו , אין זיי דארפען גיין אין מוסדות התורה, אין יא דע מוסדות דארפען טוען "אלעס" אז זיי זאלען אנקומען ווען אין ווי זיי דארפען, אפגעזעהן פין וויפיעל עס קאסט.
זייט ווען שטעלט מען אפ קינדער פין גיין אין היימישע מוסדות פאר א פאר דאללער ?
ווילסטו דען אז זיי זאלען גיין לערנען ביי פרעמדע ? אדער ווילסטו זיי געבען דעם געהעריגען חינוך אז זיי זאלען אויף וואקסען יראים ושלימם  [לפי שיטתך בעסער ווי די עלטערען]
 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/4/2008 01:13 לינק ישיר 

אזוי ווי איך זע רעדט מען און מען רעדט און ס'קומט נישט צו קיין תכלית, האב איך געוואלט דא קומען מיט א הצעה צו די הנהלת הישיבה, און געבן א נארמאלע סאלושאן צום קריזיס, און זאלן מענטשן אויפהערן פארשפרייטן דעם שקר אז "מען קען גארנישט טאן," ווייל דער אמת איז אז מען קען דעפיניטלי יא.
 
פאלגנד איז מיין הצעה:

1. מעלדן אין די צייטונגען אז פון היינט און ווייטער וועט מען נישט געבן קיין טראנספארטעישאן פאר איינעם וואס ציט זיך ארויס ווייטער ווי א געוויסן לימיט אינדרויסן פון שטעטל, ווייל יעדער פארשטייט אז די מוסדות קענען נישט צושטעלן קיין טראנספארטעישאן פאר איינעם וואס מופט קיין טשעסטער, אבער יעדער פארשטייט אויך אז מענטשן האבן זיך ארויסגעצויגן אינדרויסן פון שטעטל שוין 25 יאר צוריק, און ס'איז נישט קיין נייע זאך, און מען קען נישט זאגן סעווען ספרינגס יא און בעיקערטאון נישט.

2. היות קיין שום מוסד אין ניו יארק גיט מער נישט קיין פרי טראנספארטעישאן וועט קרית יואל אויך אויפהערן צו געבן פרי טראנספארטעישאן, חוץ פון די עלטערן וואס באקומען געלט פון א סקול דיסטריקט. דאס מיינט סטריקטלי תושבי קרית יואל. די תושבים פון די גלילות וועלן קענען בעטן פון זייערע סקול דיסטריקטס באסעס פאר די מיידלעך. פאר די יונגלעך וועט קרית יואל צושטעלן טראנספארטעישאן פאר א נארמאלן פרייז, אז ס'זאל זיך קאווערן די קאסטן פון אויפהאלטן איין באס און איין דרייווער פאר זיי.

3. א טאטע וואס באצאלט נישט קיין טראנספארטעישאן וועט נישט באקומען קיין טראנספארטעישאן, אזוי ווי ס'איז די נארמאלע סיסטעם אין גאנץ ניו יארק. (יו טי עי אין וויליאמסבורג זאגט נישט פאר די אידן וואס וואוינען אין ניי-וויליאמסבורג אז קיינער פון ענק באקומט נישט קיין טראנספארטעישאן, ווייל איינער פון ענק וויל נישט צאלן, נאר מען שטעלט צו טראנספארטעישאן פאר די וואס האלטן יא ביים צאלן.) סוף כל סוף וועט יעדער טאטע באצאלן ווייל קיין שום טאטע וויל נישט אז דווקא זיינע קינדער זאלן נישט אויפגעפיקט ווערן.

4. די זעלבע יו.טי.עי אפיס וואס האט ביז יעצט קעיר גענומען פון די טראנספארטעישאן פון די ארומיגע קאנטריס וועט זיך זארגן פאר די טראנספארטעישאן פון די תושבי גלילות, אריינגערעכנט סעווען ספרינגס.

די סאלושאן איז אזוי סימפל ווי א פימפל, און איך פארשטיי נישט פארוואס ס'איז קיינעם נישט איינגעפאלן אליינס ביז יעצט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/4/2008 02:20 לינק ישיר 

ווער ס'ווייסט ווערט געבעטן ארויפצולייגען די ריכטיגע ענטפערס:

וויפיל משפחות ווערן אפעקטירט?
וויפיל צאל קינדער ס"ה?
וויפיל קאסט א נייע באס?
וויפיל קאסט א גענוצטע באס?
וויפיל קאסט א דרייווער בערך?

רבותי!
דער וועלט זאגט א ווערטל
צוויי ראנגס מאכן נישט איין רייט
און מיט פייער לעשט מען נישט פייער.

לאמיר נישט טשעפען די הייליגע מוסדות מיסודו של רביה"ק זי"ע
די טויזענטער תשב"ר און כלי קודש זענען נישט שולדיג אז אפאר אומ'אחריות'דיגע חברי הנהלה ויועצים טשעפען מיט אנשי שלומינו על לא עול בכפם און זיכען צו ארויסציען געלט אדער פאליטיקעל חשבונות.

איך גיב ווייטער מיין נדבת השנה אהן חשבונות און בדרך שאדם מודד מודדין לו.
מען וועט פון הימל אויך משפיע זיין לרוב אהן חשבונות.

סוכ"ס זענען די די טויזענטער תשב"ר און כלי קודש גארנישט שולדיג נאר טייל פון די הנהלה.

דעריבער אפעליר איך צו נדיבי העם ספעציעל אינעם שטאט קרית יואל
אנא! העלפטס ארויס מיט א באס פאר די צאן קדשים!
אומבולאנסען מיט גמ"ח הצלה ווענס זענען זייער וויכטיג.
אבער אין אנו קיים אלא בזכות הבל פיהם של תנוקות של בית רבן,
העלפטס צו און לייגטס צו א פלייצע און ערלעדיגטס א באס מיט א דרייווער,
בזכות דעם זאלטס עטץ געהאלפן ווערן מיט כל מילי דמיטב און כל משאלות לבבכם.

די בעלי בתים פונעם מוסד זענען אלע עלטערן צוגלייך און טאמיר די שליחי ציבור העלפן נישט דעמאלס זענען מיר דא בכח הפועל!

אכטונג עסקנים!
הייבטס אהן דעם באס קאמפיין און לאמיר דאס שליסן נאך בעפאר יו"ט פסח הבעל"ט.

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/4/2008 03:57 לינק ישיר 

אני הקטן
שטעל מיך צו מיט
צען פעמים ח"י !



תוקן על ידי majyar718 ב- 03/04/2008 3:59:32




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שערורי': קרית יואל מוסדות הערן אויף צו סערווירן צענדליגער משפחות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext