אין זיינע פריערדיגע תגובות רעדט "כללטוער" ארום צי דער "בעל דבר" איז יא אדער נישט איינגעשטעלט אין "ועד הצניעות". כללטוער קומט צו דער מסקנא אז לעולם איז דער בעל דבר טאקע נישט איינגעשטעלט אינעם ועד הצניעות, אלא וואס יא, ווען עס האנדלט זיך אין קאמפליצירטע פעלער ברענגט מען אים אריין אין בילד.
דא, אין זיין לעצטער תגובה איז אריין אריינגעפאלן אין עקסטאז און זיך ארונטערגעכאפט דאס היטל מפני כבודו.
איז, כבודו הגדול וואס "כללטוער" האט זיך ברייטהארציג צוגעטיילט במקומו מונח; אבער ס'ווערט דאך דא שרעקליך שווער: רישא לאו סיפא וסיפא לאו רישא!
איך בין גענויגט אנצונעמען אז דו/איר ביזט/זענט עמיצער מיט א געוויסער באשטימטער אגענדע און בייט די טענות לויטן ניגון פונעם ויכוח.
אמת, די וואס מאכן קאליע אומשולדיגע קינדער זענען רוצחי נפשות, אבער איינס נעמט נישט אוועק פון אנדערן. פרואוו ניצן די טענה אויף צו באפרייען א מערדער פון תפיסה.
והעולה על כולם - ווער קריטיקירט דא דעם געדאנק פון א "ועד הצניעות"? מען האט גערעדט פון ספעציפישע פעלער, וועלכע קיינער וויל נישט אנרירן מיט מער ווי א "ואכמ"ל".
און יא, אין כאן מקומו להאריך. (דער עולם ווערט געבעטן צוריק אנצוטאן די היטן.)