פאליציי זענען היינט אריין אין בעלזא ישיבה אין ירושלים אויף רחוב אגריפס אין אויפגעפיקט א בחור פארן ווארפן א באטל מיץ ענבים אויף כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא מכנובקא שליט"א מאנטאג ביי א חתונה אין מודיעין .
דער בחורל האט זיך צורעדט ביים אנקומען אין פאליציי סטאנציע אז נישט נאר ער נאר זיין חבר אויך זענען די פאליציי צוריק געקומען אין אים אויך גענומען .
די פאליציי האבן גענומען בילדער פין דעם פאבליק טעלאפאן אין ישיבה ווי עס שטייט דארט אין גרויס דעם נומבער פין די שטוב פין כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא מכנובקא שליט"א .
דערווייל זענען נאך ביידע אין מגרש הרוסים אין די בעלזא לייגען גרויס דריק מען זאל זיי ארויס לאזען .
די פאליציי האבן נעכטן אינסטלירט ווידאו מאשינען ביי אלע בעלזא מכנובקא מוסדות אין בתי מדרשים אין ארץ ישראל אין אויך ביי די שטוב פין כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא מכנובקא שליט"א .
זייט כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא מכנובקא שליט"א איז צוריק געקומען פין לאנדאן זענען די בעלזער חסידים זייער אנגעווייטאגט "טראץ די גרויסע בר מצוה" אין זיי האבן אנגעפאנגען מיט א שרעקליכער טעראר קאמפיין א גאנצען טאג אין א גאנצע נאכט מאכט מען פאני קאלס פאר כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא מכנובקא שליט"א אין פאר אלע עסקנים אין אנגעשטעלטע.
האדמו"ר מסקווער ביציאה מבית המדרש בעלזא בוומס"ב

תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 28/03/2008 12:16:40