סוקסעספולע און דורכגעפאלענע מערכות
קען זיין אז מען דארף ווען מאכן א עקסטערע אשכול פאר יעדע מערכה באזונדער, ווייל עס קען זיך ציען זייער לאנג, ווייל מיט משוגעים וואס טרעפן אויס יעדן טאג אנדערע משוגעתן אויף וואס לוחם צו זיין קען מען נישט אזוי שנעל באשרייבן.
לאמיך אביסל מסביר זיין וואס איך וויל דא.
מערכות זענען דא יעדן טאג ממש. עס גייט נישט אריבער אפי' א מינוט אנדעם וואס מען זאל זיין פארנומען מיט האקן, באשמוצען די וואס זענען גורם די אזוי גערופענע עוולות וואס איז נאר אלס פארהאן.
אמאל איז עס שייטלען, אמאל מילך פון קיען, אמאל עירוב, אמאל דירות פאר ארטיסטען, דא האט מען געטראפן ווערעם, און דא איז די אריזאנע ווייץ די כשרסטע אדער גאר חמץ ממש, און נאך און נאך און נאך.
אסאך פון די טומלערייען האבן געהאט א סוקסעס, אנדערע האט זיך אויסגעלאזט מיט אמיאוסע דורכפאל פאר די וואס האבן דאס אנגעפירט, א שטייגער ווי די דירות פאר ארטיסטען אדער דער עירוב אין וויליאמסבורג וואס ביידע האבן זיך ארויסגעלאזט מיט א קאלאסאלע דורכפאל און קיינער מאכט זיך שוין נישט וויסענדיג דערפון. און נישט אז די צוויי ביישפילן, ארטיסטן דירות און וויליאמסבורגע עירוב זענען זאכן וואס מעג זיין, פארקערט עס איז דא מער צדדים צו זאגן אז זיי זאלן זיין אסור, אבער די מערכה דערקעגן איז גאר שטארק דורכגעפאלן.
לאמיר אנהייבן,
פרעסטראק:
די מערכה איז געווען א סוקסעס, נישט נאר אז מען האט אים ארויסגעשייגעצט פון וויליעמסבורג נאר אפי' איינער וואס האט געוואלט מאכן עפעס ענדליך צו דעם ה\אט מען נישט געלאזט, אפי' עס איז געווען אנדערש אויסגעשטעלט און וואלט נישט געהאט די געפערליכע (לויט די שקצערישע פראפאגאנדע וואס האבן פארקויפט אז ממש אפענע זנות קומט פאר לעבן ס'טרעקל) נאכווייען פונעם געוועזענעם עסן טראק, האט מען יענעם געזאגט אז דאס קען רחמנא ליצלן עפענען צוריק דעם טיר פאר דעם אלטען טראק, ער זאל נאך חלילה צוריקומען.
די סיבות דערצו: פשוט איז ווייל ער איז נעבעך געווען אליינס און נישט געהאט קיין אפענע שטיצער, און אפגערעדט פון רבנים וואס זאלן אים שטיצן אפענערהייט. אוודאי זענען געווען מענטשן און מסתם רוב תושבי וויליאמס וואס האבן נישט פארשטאנען וואס די ווייטזעיגע ארויסגערוקטע אויגן האבן פאראויסגעזען אז עס וועט געשען מיטן טראק, און וואלטן עס געשטיצט גאר שטארק אבער אפן האט מען זיך נישט דערוואגט צו קויפן דארט. און אזוי איז דאס שוין איינגעשלינגען געווארן, ע"ה.
אריזאנע ווייץ:
דאס זעט אויס וועט שוין בלייבן א מערכה ביז משיחס טאג, ווייל ביידע זייטן האבן אסאך מענטשן וואס וועלן זיך שווערן אז זיי זענען די מערסטע אויסגהאלטן און די אנדערע רעדן סתם נישט צו דער זאך און ווילן נאר האלטן אנדערש ווייל אז "איך זאג אזוי, דארפסטו זאגן אנדערש".
אויך נשט פארגעסן אז מיסטער לויפער האט באקומען א קלארע באפעל אז ער מוז האלטן דעם טאפיק אויף די פראנט ליין, אז יעדע יאר זאל ער ארויסקומען מיט נאך חיבורים נאים וואס זאל פעסטשטעלן אז מען דארף נאך ווייטער רעדן פון דעם נושא, און ווייזן פאר יעדן אז עס איז נאכנישט אראפ פון טיש.
מען קען ממשיך זיין מיט אנדערע קאמפיינערייען.
 |
|
|