| נשלח ב-30/3/2008 23:37 |
|
| |
יום טוב אין קרית יואל ערב די קהלה וואלן
ענדליך נאך לאנגע יארן וועט פארקומען עכטע וואלן אין די קהלה אין קרית יואל
עס איז דא דריי ליסטעס
היינט איז די לעצטע טאג אריינצוגעבן א ליסטע קומענדיגע וואך זינטאג וועט פארקומען די וואלן
ווער ס'האט די ליסטעס זאל עס ביטע ארויפלייגן
|
|
|
|
| נשלח ב-31/3/2008 15:19 |
|
| |
איך קען נאכנישט גלייבן אז מאיר הירש איז גרייט צו לויפן אויף א ליסט פון מאיר ווערטהיימער. איך האב געזען די ליסטע, אבער ווילאנג איך זע נישט קיין אונטערשריפט פון מאיר הירש קויף איך עס נישט.
אינגאנצן צוויי יאר צוריק האבן די צוויי זיך געוואלט אויפעסן לעבעדיגערהייט, מאיר ווערטהיימער האט דאן פרובירט מיט אלע כוחות ארויפצולייגן ועד הקרי' אויפן טיש ביי קהל און דוד עקשטיין האט אים כסדר געשטערט (וואס איז פאר זיך א געוואלדיגע עוולה, אויב יענער וויל עס ארויפלייגן האט עקשטיין נישט געהאט קיין רעכט אים צו שטערן), און דאס איז די הויפט סיבה פארוואס מאיר ווערטהיימער איז געווארן א בלוט שונא פאר דוד עקשטיין, יעצט וועט מאיר הירש לויפן אויף א ליסטע וואס וועט אים צומאלן מיט אלע זיינע גניבות אין ועד הקרי' און די אנדערע קהלישע געלטער?!
too good to be true! אויב איז דא אזא ליסטע בין איך זיכער אז ס'קומט אריין מיט 75 פראצענט!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-31/3/2008 16:21 |
|
| |
הערטס אויס, די ליסט האט קליינע שאנסן אנצוקומען ערגעץ, ווייל לאמיר זיך נישט פאפן, די גאנצע איידיע פון קהל'ישע וואלן איז פעיק, פאוני, פראוד. ס'איז אלעמאל אזוי געווען אין סאטמאר די לעצטע 60 יאר.
דער רבי זי"ע האט נישט אקצעפטירט קיין וואל רעזולטאטן ווען מען האט ארויסגעווארפן זיינע מענטשן פון קהל, און דער רבי שליט"א מוז אויך נישט אקצעפטירן די יעצטיגע רעזולטאטן.
אפילו אויב די ליסט וועט נישט גע'פסל'ט ווערן אויף א טעקניקאליטי, וועלן די רעזולטאטן נישט געהאנארט ווערן.
איך האלט אז ס'איז צייט איינמאל פאר אלעמאל צו אויפהערן צו מאכן קהלישע וואלן און פארדרייען א קאפ פאר מענטשן.
אויב קען נישט זיין א יושר'דיגע סיסטעם איז פארוואס סתם מאכן אזויפיל אידן אנגעווייטאגט.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/3/2008 18:39 |
|
| |
ארגינעלער;
דאס אז עס איז אזוי געווען דער סיסטעם אין סאטמאר די לעצטע 60 יאר ווייסן מיר, אבער מיר ווייסן אויך אז מיר האבן טאקע באצאלט דערפאר מיט מיליאנען דאללארן אין בנינים, מלחמות און הארץ עסענישן. נו אפשר איז טאקע צייט צו טוישן דעם וועג, אז ס'איז דא א געלעגנהייט דארף מען כאטשיג פרובירן.
דער רבי שליט"א אליינס איז דער וואס האט דאס מערסטע דערלייגט און דאס מערסטע געליטן אויף דעם פארפוילטן סיסטעם, ער איז דער וואס האט די מערסטע געכאפט דערפאר, און איך גלייב און האף אז ער וועט דאס אין קענטעניס נעמען בעפארן מאכן באשלוסן איבער אקצעפטירן יושר'דיגע וואלן.
געדענק אז מיר באצאלן מעמבערשיפ, מיר זענען א טייל פון די קהילה, מיר זענען מעמבערס, און עס איז נישט מער ווי יושר און רעכט אז עס זאל פארקומען נארמאלע וואלן און מיר זאלן האבן א ווארט איבער ווער עס זאל אונז פארטרעטן.
עס איז צייט איינמאל פאר אלעמאל 'יא' צו מאכן קהל'ישע וואלן און אויפהערן פארדרייען א קאפ פאר מענטשן מיט נארישע תירוצים וויאזוי עס איז אלעמאל געווען.
ס'איז צייט אז עס זאל זיין א יושר'דיגע סיסטעם און אזוי און נאר אזוי וועלן נישט זיין 'אזויפיל' פארווייטאגטע אידן!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/3/2008 22:08 |
|
| |
ליסטע ב'
|
|
|
|
| נשלח ב-31/3/2008 22:09 |
|
| |
ליסטע ד'
|
|
|
|
| נשלח ב-31/3/2008 22:10 |
|
| |
ווער עס האט די אנדערע 2 זאל עס ביטע פאוסטען
|
|
|
|
| נשלח ב-1/4/2008 01:17 |
|
| |
באקומען אין אי מעיל
שרייב אריין, אז דוד עקשטיין האט היינט געוואלט פסל'ן די נייע ליסט פון אליעזר ווייס (ליסטע ד') מיט די פאלשע טענה אז מאיר הירש האט נישט געגעבן רשות צו לייגן זיין נאמען אויף ליסטע ד' אבער די אמת איז, אז מאיר הירש זאגט אין ביהמ"ד אז ער האט יא געגעבן רשות צו לייגן זיין נאמען אויף אלע ליסטעס
|
|
|
|
| נשלח ב-1/4/2008 03:58 |
|
| |
List 4 is out. So far
|
|
|
|
| נשלח ב-1/4/2008 05:28 |
|
| |
They are debating now list #4
|
|
|
|
| נשלח ב-1/4/2008 14:56 |
|
| |
גאנץ פשוט !
יעדער איינער זאל מיטנעמען א פעדער , אין אויס שטרעכלען דוד עקשטיין , אין אריין שרייבען דעם וואס ער האלט.
אויב איז עס וואלען , זאל עס זיין עכטע וואלען, אין נישט חוזק מאכען פין דע מענטשען , איבער הויפט ערב פסח ווען ס'איז דא וויכטיגערע זאכען וואס ציטיען.
אס איז ב"ה דא א ביד"צ אין קרית יואל , זאלען דע חשובע דיינים זיין דע וואס זענען עומד על גביהם, עכטע דעמאקרעסי, אין נישט קאמעניזעם !
|
|
|
|
|