בית פורומים כל העולם כולו

סאטמאר: הערליכער שבת בחוקותי לעבן מירון

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/4/2008 21:32 לינק ישיר 
סאטמאר: הערליכער שבת בחוקותי לעבן מירון

א הערליכער שבת פ' בחוקותי ערווארט פאר תלמידי וחסידי סאטמאר לעבן מירון יצ"ו, נאכדעם וואס קהלתינו הק' קהל יטב לב דסאטמאר ירושלים עיה"ק ובראשם העסקן הרב החסיד רבי שמואל זאנוויל פויגל שליט"א, האט אפגעדינגען איינע פון די שענסטע האטעלן אין ארץ ישרא' די גאר פראכטפולער "כנען ספא", וואס געפינט זיך אין צפת בלויז 5 מינוט פון מירון ווי מען וועט פראווען א הערליכע שבת קודש בשבת אחים גם יחד, פון תלמידי וחסידי סאטמאר פון איבער די גאנצע וועלט.

ל"ג בעומר געפאלט אויס היי יאר פרייטאג בחוקותי.

א קאפיע פון די הזמנה וואס קהלה האט ארויסגעשיקט.

די סדר השבת




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/4/2008 21:36 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/5/2008 01:39 לינק ישיר 

הרב עבד עברי
איר זענט פולקאם גערעכט מיט אלע אייערע באמעקונגען.
אבער זייט זיכער אז אלעס און נאכמער פון דעם איז קער גענומען און אראנזשירט על פי הוראת הדיינים והשגחה מיוחדת תמידי.
איר זענט העפליך געלאדענט אנטייל צו נעמען און אבזערווירן אלעס פערזענליך פון דער נאנט.
רופט דעם נומער פאר רעזערוועישאנס
ווייל פלאץ איז באגרעניצט.

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/5/2008 01:48 לינק ישיר 

דאס איז איינס פון די בריוון וואס איך האב באקומען אין אישי וועגן דעם ענין

 .



יפה לראות האיך שעבד עברי נלחם בכנעני.  ולעצם הענין. מתוכן דבריך ניכר שאתה יודע מה אתה מדבר. בכל הנוגע למלון  זה. אך קצת הפרזת בחששות.  א.   מה שכתבת שזה פעם ראשונה שציבור חסידים לוקח את המלון. זה אינו נכון. שכבר כמה פעמים עשו שם קאנוועשן של עשירים למוסדות גור ועוד שאיני זוכר כרגע.     ב. מה שכתבת שאינם מכניסים ילדים ועל זה כתבת והמבין יבין.  ורמזת בכך כאילו יש שם דברים שאסור לראותם לילדים וכדומה. אין זה נכון. אלא היות שילדים עושים רעש בדר"כ. והוטל זה רוצה לשמור על ספיעציעלקייט שיש אצלו מנוחה והשקט כל היום. על כן אינו מרשה להביא ילדים.



אבער למעשה דאס וואס גור האט ארויסגענומען אפשר אמאל דעם האטעל איז נישט קיין ראיה לעניננו ווייל גור קען זיך פארלאזן אויף יענע השגחה און איך ווייס נישט אויב זיי האבן געכאשערט
וועגן די שליסלעך בנוגע שבת. די עצה נישט צוצופשארן די טירן אין די צימערן איז נישט קיין עצה. . כמובן.
און אז א גוי זאל א גאנצע צייט שטיין גרייט טאמער איינער דארף אריין אדער ארויס איז אויך א שוואכע עצה.

די מקוה איז טאקע נישט קיין פראבלעם העכסטענס קען מען פרייטיג פארנאכטס אפשפארן דעם פילטער עס זאל נישט ארבעטין גאנץ שבת. ממילא שאובה שהמשיכוהו כולה איז דאך כשר . און אפילו אהן המשכה לטבילת אנשים.

און צו רב יונה.    אזוי א שיינע האטעל בפרט אין ארץ ישראל האבען נאך חסידים נישט אפגעדינגן לדעתי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/5/2008 02:22 לינק ישיר 

פון ווי ווייסט איר וואס פאר א שיינע האטעל דאס איז? האט איר שוין באזוכט דארטן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/5/2008 03:42 לינק ישיר 

עס איז א יופי פון א האטעל, עס איז פון די שענסטע האטעלס אין ארץ ישראל.

סאטמאר חסידים האבן אפגעדינגען די גאנצע האטעל, קיינער וועט נישט דארט זיין נאר אנשי שלומינו.

תולדות אהרן רבי, ר' צבי מאיר זילבערג  וכו' דינגען אפ גוישע האטעלן דא אין ניו יארק און מען פראוועט דארט א שבת מעין עולם הבא.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/5/2008 04:40 לינק ישיר 

כבוד הרב עבד עברי ני"ו

אחדשה"ט, אזוי איך האב אי"ה אין פלאן דארט צו זיין אויף דעם שבת פון ל"ג בעומר און איך האב געליינט דיינע אויפריכטיגע ווערטער און זארגן, האב איך זיך פארבינדן מיט איינע פון די עסקנים פון די "וועד" ווי איך האב אום פארגעלייגט אלע אייערע טענות און געבעטן אויב ער קען מיר ענטפערן דעראויף.

ער האט מיר אויף אלעם גענטפערט און איך וויל עס דערפאר ארויפלייגן דא אז איר און אלע אנדערע וואס האבן אין פלאן צו פארן זאלן וויסן וואס די פלענער זענען און ווי שטארק אויסגעהאלטן דאס איז.

איר האט געשריבן ווי פאלגענד:

איך האב ב"ה גרויס הנאה צו הערן און צו זעהן אז מען האט בעזהי"ת צוגעשטעלט א פלאץ וויא מען זאל קענען זיין בשבת אחים גם יחד אבער אלי' וקוץ בה(ר"ה י"ז ע"א)  איך וויל דא מעורר זיין עטליכע יסודותדיגע פונקטן.

1 כנענן ספא חאטשיג עס האט עפעס א מין הכשר פון איינעם . איז דאס בכלל נישט כשר לחלוטין און א וודאי נישט פאר שנת השמיטה וואס אפילו א רויע פרי אבער גרינצייג טאר מען דארט נישט עסן. און ממילא אזוי וויא עס פארשטייט זיך אז מען וועט אלעס אי"ה צושטעלען הייימיש על צד היותר טוב . דארף מען די גאנצע קאך דארט כשרן ,  עטליכע זאכען בליבון חמור כדת וכדין,   און עטליכע זאכען בהגעלה אדער בליבון קל . און פארשטייט זיך אז טאמער מען דארף כשרן בהגעלה דארף די קאך זיין זויבער אינגאנצען 24 שעה פריער כדי עס זאל אינו בן יומו ביים כשרן.

עס איז באשטעלט געווארן איינע פון די גרעסטע בעלי מכשירים אין אר"י וואס וועט אי"ה כשר'ן די גאנצע קאך מיט אלע כלים, אזוי אויך וועלן געניצט ווערן פראדוקטן 'בלויז' מיטן הכשר הבד"ץ שע"י העדה החרידת.

2 עס מוז דארט איינס אדער צוויי משגחים א גאנצע צייט וואס זיי זענען  גאר  גרויסע מבינים און מומחים אז מען זאל ח"ו נישט אריינברענגן עסן אדער אפילו פירות פון זייער אוצר (רעזערוו)

כנ"ל, עס וועלן זיין צוויי משגיחים תמידים אויפן פלאץ די גאנצע צייט.

3 עס איז דא דארט פראבלעמען מיט די שליסלן און מיט די טירען פון די צימערן ווייל אלעס ארבעט עלעקטראניקלי( דיזשיטעל)  און מען דארף זעהן וואס מען קען טון וועגן שבת קודש וואס לויט רוב אחרונים זענען די זאכען א איסור דאורייתא חילול שבת ממש רח"ל און לכל הדיעות עכ"פ א איסור דרבנן.איך ווייס צו מען קען בכלל עפענען די טירן מיט שליסלעך.
 
די האטעל האט צוויי ערליי שליסלעך, עס וועלן אי"ה געניצט ווערן די געהעריגע שליסלעך, נישט די קארטלעך.

4 עס איז נישטא דארט קיין מקוה .מילא אויף אינדערוואכן קען מען צופארן צו די אונטער שטאט צפת. אבער ש"ק אינדערפרי וואס עפ"י האר"י איז עס א חיוב טבילה בכלל און עפ"י חסידות וואלט כדאי געווען צו גיין יותר מפרסה אויב מען וואלט געמעגט . ווייס איך נישט וואס מען קען טון.

א גאס ארויפציער איז דא א חשובער ישיבה מיט א מהודר'דיגע מקוה וואס מ'האט אפגעדינגען אויף די דריי טאג פאר די אויסלענדישע געסט.

5 איך גלייב נישט אז אין האטעל זאלען נישט זיין דארט געסט וואס זענען נישט שומרי תורה ומצוות מממילא החכם עיניו בראשו שבא לתקן ולא תיקן

היות מיר האבן אפגעדינגען דעם "גאנצן" האטעל וועלן אי"ה זיין דארט "בלויז" אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר.

6 עס וואלט געווען א גלייכע זאך אז מען זאל שטעלען מחיצות אין לאנטש רום פאר די וואס ווילן עסן מיט זייערע פאמיליעס.

עמטליך מטעם הוועד הנסיעה וועט מען אי"ה עסן אפגעזינדערט, עקסטער די מענער און עקסטער די פרויען. פאר די וואס האבן א גרויסער משפחה און ווילן עסן עקסטער די גאנצע משפחה, וועלן אי"ה זיין צוגעשטעלט 'עקסטערע שטובער' "נישט קיין מחיצות" ווי זיי וועלן קענען עסן עקסטער.

7 געווענליך לאזן זיי נישט אריין אינעם האטעל קיין קינדער והמבין יבין.

עס איז א אפגעדינגערנער האטעל, און מיר קענען יעדעם אריינענעמען דארט.

8 אזוי וויא דאס איז דאס ערשטע מאל בכלל אין די געשיכטע אז חסידישע אידען דינגן אפ אזא שיין לוקסוריעזע האטעל דארף מען זעהן אז עס זאל טאקע זיין אויסגעהאלטן לכל הדיעות ווייל אז נישט וועט מען זאגען הותרו פרושים את הדבר(סנהדרין ירו' פ"י)  און אנדערע וועלן נאכטון וד"ל.

עס וועט אי"ה זיין דארט אנוועזנד א חשובער רב שליט"א וואס אלעס וועט אי"ה געטוען ווערן ע"פ הוראתו.

9 ווען בעלז האט אין אמעריקא אפגעדינגן דעם גרויסן האמאוואק האטעל אין ספרינג גלען.(תשמ"ב או מ"ג) (עס איז נישט געווען א דמיון צו כנען ספא)   חאטשיג אלעס איז געווען על צד היותר טוב. דאך האט דעמאלס סאטמאר געמאכט פון זיי ליצי ליצנות אין אלע צייטונגען און אויסגעטראכט כל דבר אסור אפילו דאס אז עס איז נישט געווען קיין ספר תורה און הונדערטער אידן האבען שבת נישט געהערט קיין קריאת התורה.
ממילא דארף מען יעצט אכטונג געבען אז די שונאים זאלן נישט מאכן קיין לזות שפתים.

די פראבלעם האבן מיר ב"ה נישט....

10 מען דארף קלאר צפרסם מאכען אז נא דעמאלס ווען סאטמאר האט דאס געדינגן דעמאלס איז דאס כשר אבער סתם אינמיטן יאר האט דאס נישט קיין שייכות מען זאל זיך נישט מורה היתר זיין.

פונקט ווי די "שבת הצלה" און די "אלף שמות" און נאך אנדערע צענדליגער חסידות'ער וואס זענען אמאל ארויסגעגאגנען אין אן האטעל, איז נאכנישט בייגעפאלן פאר קיינעם אז דאס איז א כשר'ער האטעל און מ'קען דארט אלעס געהעריג עסן א גאנצער יאר, דאס זעלבע איז דא.

11 עס איז נישטא קיין כשרע סינקס אין די שטובער . דע סינק איז נאר דא אין טוילעט (ביה"כ) און ממילא דארף זיך יעדער ברענגן פאר שבת א גאללאן וואסער צו האבען ביי זיך אין שטוב טאמער ער וויל זיך וואשען נאכען ארויסגיין און זאגן א יודיש ווארט.

אין יעדער שטוב איז דא נעבן די ביה"כ א קליינער סינק (נישט נאר אין דעם האטעל) ווי מ'קען זיך וואשן די הענט און זאגן דערנאך א אידיש ווארט.



תורתן מגן לנו... הוא ימליץ טוב בעדינו... אדונינו בר יוחאי.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/5/2008 06:48 לינק ישיר 

לכבוד די חשובע שרייבערס וואס האבען זיך גענומען די מיה צו ענטפערן נארמאל מיט אויפריכטיקייט

גיי איך יעצט ענטפערן לעמתם משבחים ואומרים.

צו מאדזשאר 718 . עס איז נישט קיין נפקא מינה צו איך בין שוין דארט געווען צו נישט . ווייל איך בין א יחיד איך רעד נישט וועגן מיר נאר ווען עס איז א נפקא מינה לרבים וד"ל.

צו רבי יונה נ"י. . דאס וואס תו"א אדער אנדערע חסידותער נעמען א האטעל איז דאס חאטשיג א גויישע האטעל וואס יעדער ווייס אז מען קען נישט עסן אין א גויישע האטעל .
 איך רעד דא אפילו פון די שענסטע האטעלן וויא עמבעסי סוויטס וכדומה. וואס עס איז יא אויסגעשטעלט אז אפילו א יוד זאל קענען איינשטיין אין יעדע שטוב. . אין יעדע שטוב איז דא א עקסטערע כשרע סינק(חוץ די סינק אין באדרום) עקסטערע בעטן . א פאדערשטע  שטוב מיט א גרויסע טיש מיט בענקלעך וויא מען קען זיצען און לערנען. א פארטש וויא מען קען האבען מנוחת הנפש. א עקסטערע פרידזשעדער. א עקסטערע פערקולעטאר. מיט קאוטשס און סאפעס. גענוג קלאזעטס צו הענגן די קליידער. ווייל א יוד דארף דאך האבען א סאך קליידער וואכענדיגע און שבתדיגע און אפשר אויך א רעזשוואלקע (דארט וויא עס איז נישטא קיין עירוב דארף מען האבען א מעיל ) . צוויי טליתים . חוץ די קליידער פון נשים  וכדומה  . אבער סוף כל סוף ווייס יעדער אז מען קען דארט גארנישט עסן.

אבער אין ארץ ישראל וואס יעדע זאך האט דאך א הכשר עכ"פ זענען זיך מענטשען מורה היתר כמובן.
 אמת טאקע די האטעל איז א יופי שביופי.

און צו דיר חשובער שרייבער "לעבעדיגער" איש חי  הי"ו.
 אגרויסן יישר כח פארן קלאר מאכען די זאך. האסט מחיה געווען לעבעדיג געמאכט צענדליגע אידען וואס ווילן פארן קיין מירון און האבען א נארמאל פיין פלאץ וויא איינצושטיין בצוותא חדא מעין עולם הבא .
 א גאס ארויפציר איז ביתו נאוה קודש פון כ"ק סערעט-וויזניצער רבי שליט"א . וואס ער קומט זיך א סאך מאל אהין אפרוען פון זיין עבודת הקודש. און דארט איז מן הסתם אויך דא א מקוה לעבן קליין בית המדרשל. אבער אז די ישיבה האט אויך . איז ממילא גוט.

די האטעל האט א הערליכן גינת ביחן המלך א ריזיגער שפאציר גארטן . מען קען פון האטעל זעהן מערת הקודש דעם ציון המצוינת אין מירון און די בערג ארום.. מען דארף געוואיר ווערן אויב עס איז שוין דא א עירוב (עירובי חצירות)  אזוי וויא אונטן אין די הייליגע שטאט צפת(עס איז דא שאלה אין חת"ס וויא איז חשובער צו וואינען אין ירושלים עיה"ק בחורבנה אדער אין צפת עיה"ק. בשעת דאס ביהמ"ק איז געשטאנען איז קיין ספק נישט אז ירושלים עיי"ש) פאריאר האט געהייסן אז מען גייט שוין מאכען.דעם צפתער עירוב ביז הר כנען אדער עכ"פ א עקסטערע עירוב פאר הר כנען
טאמער דער עירוב פון צפת גייט נאך נישט ביז הר כנען טאר מען דארט נישט טראגן שבת. און מען דארף אין האטעל אויך מאכען א עירובי חצירות מיט א ברכה (נישט א ברכה לבטלה ח"ו אזוי וויא אין וויליאמסבורג) .
פארשטייט זיך אז טאמער עס איז יא דא מעג מען דארטן טראגען . אין מירון זעלבסט איז דא א עירוב מהודר.
אפשר דורך א עירוב תחומין מעג מען אראפגיין שבת ביז די אלט שטאט צפת. אבער עס נישט כדאי ווייל עס איז א לאנגער וועג. און דורך א עירוב תחומין פארלירט מען רשות צו גיין שבת אויף די אנדערע זייט ארויפציער צום הר כנען .
עס בלייבט מיר נישט איבער נאר צו געבן א ברכת הדיוט. יה"ר שתשרה שכינה במעשי ידיכם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/5/2008 04:02 לינק ישיר 

איינער וויייסט אויב ס'איז דא עפעס א קאר רענטעל קאמפעני אן די געגענט פון הר כנען אין צפת?

ס'איז דאס ערשטע מאל וואס איך גיי אהין אין יענער געגענט, אזוי ווי איך וועל דארט זיין פאר עטליכע טעג וואלט איך געקענט באשטיין צו דינגען אליינס א קאר.

סיי וואסערע אינפארמאציע וואלט איך איפרישיעטעט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2008 08:00 לינק ישיר 

קענסט דאך רענטן א קאר ביים אירפארט אפילו מיט א דזשי פי עס וואס ווייזט דיר אלע וועגן. און דו וועסט עס אי"ה אויך צוריקגעבען ביים אירפארט. נאר פליעז דרייו זייער געלאסען אין ארץ ישראל ווייל דארט זענען דא ווילדע דרייווערס וד"ל.

עטליכע הויפט שישקעס פון רז"ל קאמפאני האבען געחאלישט ממש צו גיין צו דעם האטעל כנען ספא. אבער זיי האבען דאך נישט געוואלט גיין צוזאמען מיט די אהרוני פארטיי סאטמאר. זענען זיי געגאנגן קיין אריסטו. וואס די שטובער אינעם האטעל זענען נישט ווערט אפשר א רעטעך. אבער די לאבי און די עסן פלעגט זיין גאנץ גוט ביים אלטן בעה"ב.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/6/2008 08:55 לינק ישיר 

הקבוצה – סאטמר, הכשרות – חב"ד
(יום שישי, כ''ה אייר ה'תשס''ח)
ימות המשיח: קבוצת חסידי סאטמר מארה"ב שהגיעו לשהות בצפת לרגל ל"ג בעומר, שהו במלון מפואר תחת כשרותו של רב קהילת חב"ד ומנהל מחלקת הכשרות בעיר, הרב מרדכי ביסטריצקי ■ רבני הבד"צ של "העדה החרדית" החליטו כי הם יסתפקו במשלוח נציג לבד שיפקח, אך כל פעולות ההכשרה

ימות המשיח: קבוצת חסידי סאטמר מארה"ב שהגיעו לשהות בצפת לרגל ל"ג בעומר, שהו במלון מפואר תחת כשרותו של רב קהילת חב"ד ומנהל מחלקת הכשרות בעיר, הרב מרדכי ביסטריצקי.

לפני תקופה קצרה פנתה קבוצת חסידי סאטמר מניו יורק למחלקת ההזמנות במלון כנען ספא בצפת, כאשר דנו בנוגע לכשרות נאמר להם כי המלון הוא תחת כשרותו של הרב ביסטריצקי מנהל מחלקת הכשרות בעיר צפת. תחילה פנו מנהלי הקבוצה אל הרב ביסטריצקי בבקשה לאפשר להם לעשות באופן חריג שבת במלון בהכשר של הבד"ץ העדה החרדית, אך הרב ביסטריצקי הבהיר להם כי בתי העסק בצפת הינם תחת השגחתו בלבד, אולם אין כל בעיה לעבוד בשיתוף פעולה עם הבד"צ כפי שהיה בעבר.



מנהלי הקבוצה פנו בעניין לבד"ץ העדה החרדית ורבני הבד"צ החליטו כי במקרה זה של הכשר הרב ביסטריצקי, יסתפקו במשלוח נציג בלבד וכי כל פעולות ההכשרה ייעשו ע"י מערכת הכשרות של הרב ביסטריצקי, כאשר נציגם נוכח. 

לאחר מכן סוכמו נוהלי הכשרות, וביום רביעי בערב נכנסו למלון צוות ההכשרה של הרב ביסטריצקי והכשירו את המלון מכשרות רגילה לכשרות של מהדרין.

המשגיח הראשי של הרב ביסטריצקי נותר במלון עד יום א' על מנת להשגיח על הנעשה במטבח ובחדרי האוכל וביחד עמו שהה במלון גם משגיח מירושלים שהיה נציג של רבני העדה החרדית.



אחד המנהלים במלון עמו שוחחנו סיפר ל-COL כי הרב ביסטריצקי ערך שתי ביקורות פתע במלון, פעם אחת בערב שבת ופעם נוספת מיד לאחר צאת השבת.

הרב ביסטריצקי עצמו סירב לשוחח בנושא.

http://www.col.org.il/show_news.rtx?artID=38520



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > סאטמאר: הערליכער שבת בחוקותי לעבן מירון
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext