כ"ק גאב"ד אודווארי שליט"א
ר' יצחק הרשקוביטש שליט"א, דומ"ץ קלוזנבורג
ר' מאיר מייעס שליט"א, דומ"ץ בעלזא
ר' יעקב זיידה שליט"א, דומ"ץ ויזניץ
בן כ"ק אדמו"ר מספינקא
הרב וועבערמאן
אין ווי איך הער איז גאב"ד האליין הרה"ג ר' פישל הרשקוביטש שליט"א, זיך משתתף אלע יארן, נאר האט זיך נישט באטייליגט דאס יאהר וויבאלד ער האט זיך נישט אזוי גיט געשפירט.
נשלח ב-6/5/2008 02:20
איז דער בן האדמו"ר מספינקא ,דער זאבלטאווער רבי ?
איך האב נישט געוואסט אז אין ספינקא (זאבלטאווב )האלט מען פינעם צווייפלהאפטיגען עירוב ?
נשלח ב-6/5/2008 03:50
זעהר אינטערסאנט!
לאמיר האפן אז די טעג פון טערארזירן רבנים ענדיגן זיך בקרוב און אלע רבנים מתירים זאלן עמטליך ארויסקומען אפען מיט זייער דעת תורה און פסק הלכה לפי הוראתם אן קיין מורא.
איך וויל דאס זעהן "שריפטליך" ווי אמשנעלסטן.
נשלח ב-6/5/2008 20:55
א סגולה אויב מען איז אין א שלעכטע גיסטע אין מען דארף א שמייכעל, איז צו ריפען דעם חולה נפש אלטר משה,
נעכטען הער איך ווי ער זאגט בשם 'הרב וועבערמאן' אז די "ציונים" אין כל העולם האבען געפעלדשט דעם בילד... ער איז בכלל נישט דארט געווען עפ"י האדמו"ר ר' אלטר משה
נאך א 'קאווער אפ'
נשלח ב-6/5/2008 23:18
מיר איז דאס טאקע אינטערסאנט.
אנדערש ווי ביז היינט וואס קיינער פון די דיינים און רבנים האבן זיך נישט אפען ארויסגעשטעלט לטובת די עירוב אויס מורא פארן אייגענעם שאטן און פון די וואויל באקאנטע טעראריסטן, זעה איך יעצט אז עס איז דא א געהעריגער בילד אין "כל העולם כלו" מאגאזין ווי רבנים און דיינים המתירים זיצן צונאזאם.