ביי די געלעגנהייט וויל איך אויך איינמעלדן דעם ציבור אז איינער האט גענומען א נאמען וואס איז ענליך צו מיין נאמען, און ער עקט ווי אן אהרוני אויף די אנדערע פארום.
וויל איך דא נאכאמאל איינמעלדן אז איך בין אלעמאל געווען און כ'וועל ווייטער בלייבן געטריי צו מרן רבינו שליט"א, רז"ל.
אמת טאקע אז דער רבי שליט"א איז א געפערליכער עם הארץ און מאכט אונז גרויסע בושות, מיט זיינע אלע דורכפעלער ביי זיינע דרשות, און מיט'ן לאכן ווי א זיבעלע ביי יעדע נארישע דזשאוק וואס העסקן ר' משה וואלף קליין שליט"א מאכט, אבער איך וועל ענדערש האבן א רבי'ן א פויער און עם הארץ, ווי איידער א רבי וואס פירט די גאנצע וועלט מיט זיין כח התורה וקדושה, משום טעמים כמוסים, וואס כ'וועל יעצט נישט זאגן.
אבער געדענקט נאכאמאל, דער וואס עקט ווי אן אהרוני אויף דעם אנדערן פארום טוט עס נגד רוחי ורצוני, און כדי ס'זאל נישט הייסן אז מדשתקי שמע מינה דניחה להו בין איך דא מוחה און כ'פארצייל דעם גאנצן אמת.
|
|