אריסי, די טענה איז שוין עטליכע מאל געווארן אויסגעשמיסט.
די עיקר סיבה דערצו איז זייער פשוט. די ווייסט און פארשטייסט אליין אז אויב זאל ער ארבייטן ווי אלע אנדערע האבן ביז היינט פראבירט און געארבייט וועט ער אנקומען גענוי דארט ווי די אנדערע זענען אנגעקומען, אין אינזער פאל גארנישט!
און דאס איז טאקע געווען די פראבלעם פון די אלע אנדערע פלעצער פארוואס עס האט זיך נישט אויסגעארבייט, ער האט שוין יעצט די עקספיריענס פון די אנדערע ווי איחוד הקהיולת און נאך, ער זעהט שוין אז אויב גייט מען מיט א אלוועלטליכע זאך וועט זיך עס קיינמאל נישט אויסארבייטן, ווי עס האט געוויזן די פארגאנגענהייט.
האט ער אפגעמאכט א נייער וועג וויאזוי צו ארבייטן וואס די פאגאנגענהייט האט געוויזן אז דאס האט אסאך מער טשאנסעס זיך אויסצוארבייטן.
מ'נעמט איין חסידות, איין פארטיי און מ'מאכט דארט א ווינט, אויב ווערט א ווינט דארט קען מען גרינג האבן הונדערט צו הונדערט פופציג אינגעלייט וואס זאלן וועלן - אינאיינעם מיט זייערע חברים - ארויסגיין וואוינען.
ווען די חברה וואוינען שוין דארט און מ'הויבט אן צו בויען פרישע דעוועלאפמענט'ס גייט מען צו אן אנדערע חסידות אן פארטיי און מ'מאכט דארט א ווינט, זיי ברענגען זיך זייערע אינגעלייט, זיי עפענען זייער'ס א בית מדרש און זייער אייגענע מוסד.
דאס איז דער הסבר און סיבה פארוואס די קאמפיין גייט יעצט נאר בעיקר צוישן חסידי סאטמאר און נישט צווישן די אנדערע חסידות.
הגם עס קומען ארויפ אין אפיס מענטשן פון אנדערע חסידות'ער און מ'נעמט אן זייער אפליקעשאן, אבער די ציל איז יעצט אזוי ווי אויבערדערמאנט.
 |
|
|