| נשלח ב-29/5/2008 15:56 |
|
| |
געספוילטע קרית יואלער אידן האבן ליב צו קאמפלעינען
אין דעם אשכול לאמיר אנאליזירן די געספוילטע קרית יואלער אידן וועלכע זענען קיינמאל נישט צופרידן און האבן נאר ליב צו קאמפלעינען. די אידן דארט האבן כל טוב וטוב, עס פעלט זיי נישט גארנישט, עכ"פ קעגן וואס אנדערע אידן אין ניו יארק האבן, אבער אלעמאל שעלטן זיי און פארפירן אז דער מצב ביי זיי איז געפערליך.
אפשר ווייסט איינער פארוואס די קרית יואל'ער אידן האלטן אז עס קומט זיך פאר זיי די וועלט?
לאמיר זיי דערציילן וויאזוי דער מצב איז ביי אונז אין וויליאמסבורג, בארא פארק און מאנסי און זיי דערציילן אז זיי לעבן אין א חלום, אין א גן עדן, וואס זיי קענען זיך נאך איין טאג פארלירן.
לאמיר זיי דערציילן אז ביי אונז אין די אנדערע אידישע געגנטער וואוינט מען אין פיצעלע לעכער, מען צאלט אוועק די הויזן פאר יעדע איינציגסטע זאך, א ריזיגער פראצענט עולם אין וויליאמסבורג און אין בארא פארק קען זיך ניטאמאל עפארדן א קאר, בשעת דארט אין קרית יואל האט כמעט יעדער איינציגסטער יונגערמאן א קאר. זיי האבן נישט די אלע ריזיגע הוצאות וואס אונז האב מיר. זיי באקומען קיינמאל נישט קיין פארקינג טיקעט, אפילו אויב זיי פארקן איליגעל, און אויב קומט א פאליסמאן אמאל אריין אין שטעטל און טיילט טיקעטס (וואס ביי אונז אידן אין אנדערע געגנטער איז עס א טעגליכע ערשיינונג) שרייט מען אז דער פאליסמאן איז אן אנטיסעמיט אדער די ווילידזש איז שולדיג.
די מינדעסטע פראבלעם א קרית יואלער איד האט לויפט ער תיכף ארויף אין ווילידזש אפיס און ער מאכט קולות (אין אידיש) צי דער ווילידזש איז יא אדער נישט מחויב אים צו העלפן, און זיינע וואונטשן ווערן תיכף נאכגעגעבן.
איבער'ן גאנצן שטעטל טוט זיך מעכטיגע פראיעקטן, מען בויט אלעמאל איבער די ראודס און די סיידוואקס, און די ווילידזש מוטשעט זיך ביטער ארום מיט יעדן איינעם וואס איז נישט צופרידן מיט די נייע סיידוואק וואס לויפט אריבער זיין פראפערטי, און די ווילידזש שטעלט צו בחנם פאר די אלע מענטשן וואס זיי ווילן, ביימער, געיטס, גארבידזש הייזער, פארקינג לאטס. אלעס באצאלט דורכ'ן רייכן פעטער (אין אן אנדערע געגנט זאל זיך איינער וואגן צו בעטן די אלע זאכן אלס קאמפענסעישאן פאר'ן לאזן בויען א סיידוואק אדער ראוד אין פראנט פון זיין הויז, ער וועט כאפן אזא קאפע ארויס). די קרית יואלער אידן האבן א ווילידזש וואס זארגט זיך כסדר וויאזוי צו צופרידנשטעלן דעם עולם.
און די קרית יואלער אידן ווען זיי האבן באקומען עפעס פון די ווילידזש ווייסן אפילו נישט אז זיי האבן עפעס באקומען. זיי מיינען אז עס קומט זיך זיי. well, ברענגטס זיי קיין וויליאמסבורג, בארא פארק און מאנסי. לאמיר זיי ווייזן אז אונז באקום מיר ניטאמאל דאס וואס ס'קומט זיך אונז באמת.
די ריעל עסטעיט פרייזן אין קרית יואל זענען ביליגער ווי ערגעץ אנדערש, די רענט פרייזן זענען שפאט ביליג, מען בויט הייזער אין יעדן לעכל וואס לאזט זיך נאר (סאך א גרעסערע סופליי ווי דער דימענד וואס איז דא) און די קרית יואלער אידן קאמפלעינען נאך אלץ. דערצו לעבן זיי זיך אלע אין פאלאצן מיט ריזיגע צימערן, דיינינג רומס, טוי רומס, פארטשעס א.א.וו.
יעצט קומען די וואלן אין קרית יואל, און מיר אלע סאטמארע חסידים ארום די וועלט זענען שרעקליך נערוועז איבער דעם אויסגאנג, אונז ציטער מיר צו פארלירן דעם ביה"ח און אונז זארג מיר זיך איבער פארלירן די וואלן אינעם ארט וואו דער רבי שליט"א וואוינט, אלעס צוליב אפאר געספוילטע אידן וועלכע זענען אומצופרידן און פלאנען צו בלייבן אינדערהיים
מיט אפאר חדשים צוריק איז פארגעקומען וואלן אין מאנסי און טויזנטער אידן זענען ארויסגעקומען שטימען פאר'ן זעלבן קאנדידאט, קיינער האט נישט געשטימט קעגן, כאטש מאנסיער אידן האבן שמאלע צעבראכענע סיידוואקס, צעשפאלטענע ראודס, שווערע טרעפיק, העכסטע שטייערן אינעם געגנט, די פרייזן פון דירות זענען משוגע הויך, סיי צו קויפן און סיי צו רענטן, די פאליס טיילט טיקעטס. אויב האט איינער א פראבלעם קען ער גיין רעדן צום לאמפ. אויב איינער וועט אים שוין יא העלפן וועט ער נאר באקומען דעם מינימום.
וואלט דאך געווען זייער פשוט צו ערווארטן אז די קרית יואלער אידן זאלן אלע ארויסקומען און שטימען אין די מאסן, ווען זיי לעקן האניג און עס פעלט זיי גארנישט, נאכדערצו איינער וואס איז אן אהרוני, וואס דאן באקומט ער בעסערע באהאנדלונג פון די ווילידזש באאמטע. אבער ניין, מען דארף זיי ארויסברענגען מיט צוואנגען, און דערצו זענען דא די פיינע אידן אזוי ווי יענעם - א גרויסן חסיד - וועלכער האט דאס לעצטע מאל געהייסן פאר זיינע קינדער נישט ארויסצוגיין שטימען, ווייל ער האט געוואלט שיקן א מעסעדזש פאר איינעם אין קהל. פאר די אידן לאמיר אלע זאגן, טאנצן חסדי ה' אין ראדני איז טאקע זייער א חשוב'ע זאך, אבער געווינען די וואלן אין קרית יואל איז סאך וויכטיגער.
נישט די ווילידזש איז אויפ'ן וואגשאל נאר סאטמאר. מיט'ן בלייבן אינדערהיים טוט איר אפ גאנץ סאטמאר.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/5/2008 21:00 |
|
| |
יא מיר קענען
די ווערטער האט מען שוין געהערט אמאל אין די אידישע היסטארי איך ווייס נישט פינקטליך
(ווער עס ווייסט בעסער זאל מיר ביטע פארעכטן)
אבער עס איז זייער אינטערעסאנט עס איז אמאל געווען א גרופע וואס האבן זיך גערופן די "קענערס"
איינע פון די גדולי הרבנים האבן זיך אנגערופן יא זיי קענען טרעטן אויף די תורה
יא זיי קענען עובר זיין אויף אלע עבירות
יא מיר קענען מסרן - יא מיר קענען שלאגן - יא מיר קענען גנב'ענען ועוד
יא מיר קענען נאך איין זאך זייער גוט יענער איז די שלעגערס יענער מסרט יענער גנב'עט
ב"ה אונז קען מיר נישט אונז האב מיר א תורה וואס ער לאזט אונז נישט טוהן די אלע זאכן
yes we can
עטץ קענטסט טרעטן אויף די תורה מיר קענען נישט
תוקן על ידי ענטפער ב- 29/05/2008 21:02:04
|
|
|
|
| נשלח ב-29/5/2008 21:09 |
|
| |
הער אויף צו פארדרייען א קאפ פאר'ן עולם.
דו מאכסט שוין צופיל קאפוויי דא. אויב וועסט נישט אויפהערן וועל איך דיך חוסם זיין - דער מנהל
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 29/05/2008 21:26:25
|
|
|
|
| נשלח ב-29/5/2008 21:28 |
|
| |
איך האב גערעדט צו אפאר פון מיינע חברים ביי אונז אין מאנסי. אויב מען פארלירט די וואלן בלייבן מיר שבועות אינדערהיים.
און כ'מיין אז ס'איז געקומען די צייט דער רבי זאל זיך אוועקציען פון מאנרא מיט די אלע אומפארגינערס וואס וואוינען דארט, און מופן ערגעץ אנדערש.
אפילו ביי אונז אין מאנסי וועט מען אים באהאנדלען ווי א מלך.
קוקט אהער וואס מען האט דא געטאן מיט אונז מאנסיער אידן. אזויפיל אידן זענען ארויסגעקומען וואוטן קעגן העכערן טעקסעס און מען האט זיך פשוט און גראד אנגעפיפן אויף אונז.
איך בין זיכער אז ווען די קרית יואל'ער וואלטן דא געוואוינט וואלטן זיי אויפגעגעבן אויפ'ן נייעם בית המדרש און תלמוד תורה בילדינג, ביי 13 מאנסי בלווד. און עס איבערגעגעבן פאר די חיימשונים, כדי נקמה צו נעמען אין די סקול באורד...
יא, אזוי קוקן די קרית יואל'ער אידן אויס מיט'ן אויפגעבן אויף אזא מעכטיגן אפאראט ווי דעם ווילידזש און עס איבערגעבן פאר די זאליס, כדי נקמה צו נעמען אין עפעס א ראש הקהל, וואס לעבט אין שלעכטע באציאונגען מיט די ווילידזש.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/5/2008 21:32 |
|
| |
איך וויל פרעגן עפעס אנדערש.
זינט ווען דארף מען ערוויילן אלץ די זעלבע כאפטע, יעדעס יאר נאכאמאל.
האט נישט מאיר הירש געהאט זיינע רוצחי'שע לאפעס אויפן שטעטל 20 יאר,. איז נישט צייט פאר א טשעינזש?
האט נישט אברהם ווידער געהאט זיינע 20 יאר. איז נישט צייט פאר א טשעינזש?
האט נישט גדלי' סעגעדין געהאט זיינע 15 יאר פון די כעלמער פירערשאפט. איז נישט צייט פאר א טשעינזש?
פארוואס פארשטייען נישט די דעפרעסטע ארונים אז זייער צייט איז געקומען צו פליען פון דארט ווי די הונט? יא ווי די הונט, גענוג איז גענוג.
פארוואס טרעטן נישט די רוצחישע רעזשים אפ, און לאזט אזא טייערן איד ווי ר' ישראל בער האלצער אמאל געווינען, אדער ר' שלמה פעדער געווינען?
פארוואס מוז אלעמאל דער מאנראער רבי הר' אהרן טייטלבוים און זיינע אגענטן מאניפולירן די עלעקשאנס?
פארוואס איז נשיט צייט אראפצוווארפען דעם רעזשים איינמאל פאר אלעמאל.
האט נישט אברהם ווידער געהאט זיינע דרייסיג יאר. איז נישט צייט פאר א טשעינזש?
|
|
|
|
| נשלח ב-29/5/2008 21:44 |
|
| |
דער בלאט מאכט א גיטן דשאב
תושבי קרית יואל געדענקט: דאס איז נישט קיין לאקאלע וואלן איבער "לאקאלע אישוס",
די וואלן זענען בפועל א רעפערענדום איבער דעם ווייטערדיגען ההשפעה פון "סאטמאר"
בכל אתר ואתר! ניצט יעצט התבוננות כדי נישט צו זיין שפעטער א צועק לשעבר!
|
|
|
|
| נשלח ב-29/5/2008 21:46 |
|
| |
וואס זענט איר אזוי ווילד דא? איר זענט דרויסענדיגע זאגט איר, און לויט אייך איז אלעס די בעסטע וואס שייך, אזוי זאגט איר, טענה'ט דער קרית יואל'ער איד אז נישט, ער האט טענות, בעבישע טענות צי נישט בעבישע טענות, ער האט טענות. דו ביסט דאך א דרויסנדיגער, וואס ווייסטו? ער איז פארווייטאגט צוליב א סיבה, ער איז בארעכטיגט.
און דער עיקר, דא רעדט מען בלויז פון טראסטי וואלן, אפילו אויב זאלן מען פארלירן פארלירט מען נישט די מערהייט אינעם ווילידזש, עס וועט נישט שאטן אויף קיין שום פאקטישע זאך, יעדע געזעץ לטובתינו וועט אדורך גיין.
די וואלן איז א פריוואטע קרית יואל'ער זאך, און קיין שום סאטמארער חסיד ברויך זיך נישט שפירן געטראפן אויב זאל מען דאסמאל פארלירן.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/5/2008 21:53 |
|
| |
מקעין,
דו ביסט א מאנסיער, זייער פיין. זאלסטו שטימען אין מאנסי, פארוועמען עס שמעקט דיר.
קרית יואל איז ליידער נישט מאנסי.
דא ליידן מיר פון א גרופע רוצחים וועלכע פירן א נאצי רעזשים, און עס איז די צייט זיי אראפצווארפען, ווי עס וועט אי"ה פאסירן דעם קומענדיגן מיטוואך הבעל"ט.
שבועות קענסטו אי"ה קומען צו מיר אויף קידוש אין קרית יואל. איך וועל דיר אויפנעמען בסבר פנים יפות.
געדענקט: דאס איז א רעפערענדום איבער די רשעות פון די לעצטע 23 יאר רשעות פון דעם הולך בערכאות, זינט ער האט זיך אליין געמאכט רב דאהי אין שטעטל.
בערעלע פרידמאן
איצי ראזענבערג
אהרן וועלץ
ארי' לייב גלאנץ
איר וועט אי"ה אלע האבן דעם זעלבן שווארצן סוף ווי אייערע כאוויירעם פון קרית יואל.
הירש
סעגעדין
עקשטיין
ווידער
מיט אייער פירער/פארפירער דער הולך בערכאות העולמי !
אין ווי איינער האט דא פריער געשריבן:
YES WE CAN
|
|
|
|
| נשלח ב-29/5/2008 22:05 |
|
| |
תושבי קרית יואל געדענקט: דאס איז נישט קיין לאקאלע וואלן איבער "לאקאלע אישוס",
די וואלן זענען בפועל א רעפערענדום איבער דעם ווייטערדיגען ההשפעה פון "סאטמאר"
בכל אתר ואתר! ניצט יעצט התבוננות כדי נישט צו זיין שפעטער א צועק לשעבר!
|
|
|
|
| נשלח ב-29/5/2008 22:08 |
|
| |
פרייליך, אמת
די וואלן איז א רעפערענדום איבער די רשעות פון די לעצטע 23 יאר רשעות פון דעם הולך בערכאות, זינט ער האט זיך אליין געמאכט רב דאהי אין שטעטל.
א רעפערענדום צי די כעלמער סעגעדין / הירש פירערשאפט מעג נאך אנפירן זייער רשעות'דיגע רעזשים
ס'איז נישט נאר לאקאלע וואלן - ווייל ס'וועט אי"ה האבן אן עפעקט איבעראל בעזר הבורא.
ס'וועט זיך אי"ה שפירן פון קרית יואל ביז בני ברק.
YES WE CA
|
|
|
|
| נשלח ב-29/5/2008 22:20 |
|
| |
אמת, דער בלאט מאכט א גוטן דזשאב.
דאס ערשטע מאל וואס אהרן וועלץ איז מודה אז אן די לעגאלע הילף פון קרית יואל (ווילעדזש) וואלט ער שוין היינט נישט געווען אין אפיס פון די מוסדות.
דאס ערשטע מאל וואס בערל פריעדמצאן מיט איצי ראזענבערג זענען מודה אז נאר מיט די קאנעקשאענס (עיין ערך ראזענוואסער וד"ל) פון קרית יואל (ווילעדזש) זענען זיי אנגעקומען (אפילו נאר אויף קורצטערמיניגע זאכן) וואו זיי זענען אנגעקומען.
און בלויז פאר דעם אליינס דאס צו לייענען שווארץ אויף ווייס האט זיך געלוינט די וואלן.
דאס איז ווערד פיל מער ווי 2 טראסטיס...
|
|
|
|
| נשלח ב-29/5/2008 22:33 |
|
| |
גערשל, די אידן וואס האבן דאס געשריבן זענען טאקע נישט קיין קרית יואל'ער איינוואוינער אבער קיין סוד וואס דארט טוט זיך איז אויך נישט.
דער איד איז דיר זייער שיין מסביר, ער פארשטייט אז די ביסט - משום איזה סיבה שהוא - אנגעוייטאגט, דאס וויל ער דיר טאקע ארויסברענגען, איר איינוואוינער פון קרית יואל, איר באקומט אלעס אויף א גאלדענעם טאץ, איר האט נישט קיין איינע פון די פראבלעמען וואס סיי וועלעכער ווילידזש און סיטי טיילט אויס פאר זייערע איינוואוינער.
די פרייזן פון אייערע דירות זענען די ביליגסטע אין די אידישע מארקעט. די סערוויסעס וואס די ווילידזש שטעלט צו דערגרייכט אסאך העכער ווי סיי וועלעכער שטאטישער אפיס. דעריבער אויב זענט איר נישט צופרידן מיט עפעס איז עס בלויז צוליב איין סיבה, איר האט זייער א רואיג לעבן און אסאך צייט צו קלערן.
צו דעם קומט צו אז איר האט געמאכט א מישמאש פון קהל מיט די ווילידזש און איר גייט יעצט אריינברענגען זאלי'ס אין דער ווילידזש אפיס בלויז צוליב די פאלגענדע סיבות:
1) ס'איז נישטא קיין נארמאלע בעל קורא יעדע וואך שבת.
2) מ'טאר נישט הענגען קיין צעטעלך גרעסער ווי 11X17
3) מ'האט גע'פסל'ט ליסטע ד' ביי די קהל'ישע וואלן.
4) מאיר הירש בעט א חלק שותפות אין המספיק.
5) וועד הצניעות איז זייער שטרענג געווען אין עטליכע אומשטענדן.
6) שבת אחים קוקט צו שטארק נאך יעדן אינגערמאן
7) כהנה וכהנה רבות......
תושבי קרית יואל. זאלט איר כאטש וויסן וואס די אישו'ס זענען. נעמט מיט די ליסטע אין שטום-בודקע און שטומט פאר דער וואס וועט לאזן ארויסהענגען גרעסערע צעטלעך ווי 11X17
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-29/5/2008 22:37 |
|
| |
לעבעדיגער
די ליסטע איז לאנג פארוואס עס זענען פאראן מענטשן וואס רעדן זיך אפ.
אבער איין זאך זאלסטו אונז נישט פארדרייען דעם קאפ:
עס איז קלאר ווי דער טאג אז דער אהרונישער קהל מיט'ן ווילידזש זענען היינו הך!
דער ווילידזש פירט זיך נישט לויטן ווילן פון די וויילער, נאר לויטן ווילן פון עקשטיין, הירש און די איבריגע אויבערחכמים.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/5/2008 22:56 |
|
| |
גערשל ווילסטו זעהן אזא ארטיקעל אין די נייעס זאל זיין אויף ק"י יא אדער ניין?
East Ramapo votes an austerity budget that raises taxes 10 percent
Randi Weiner
The Journal News
SPRING VALLEY - The East Ramapo Board of Education narrowly approved an austerity budget last night - after nearly two hours of heated pleas from a standing-room-only audience - that is slightly less than the one defeated May 20 by voters.
The new $192.7 million spending plan is $721,000 less than the one voters rejected, by 3-to-1, that would have raised taxes more than 11 percent. The new budget will raise taxes about 10.3 percent and includes 24 fewer teachers.
"I have mixed feelings," said Paul Hur, 38, a district teacher and one of more than 100 people - many of them teachers - who attended the meeting at district headquarters. "It's definitely something I wouldn't say is a victory for anybody, but at this time, perhaps it's the best action that we can come up with."
East Ramapo was the only budget in Rockland voted down May 20, even though its budget-to-budget increase was below the state-determined austerity level. A decision about what to do next was discussed last week at a meeting that drew another full room of speakers and then adjourned for a week, so school board and audience members could lobby Albany for more state aid.
The money did not materialize.
Schools Superintendent Ira Oustatcher said the austerity budget he recommended would include a one-time, double-digit tax increase that would only worsen if postponed a year. He vowed to keep future tax increases and future budget-to-budget increases close to the 3 percent to 5 percent mark and agreed that next year the district would close a school to help reduce costs.
Of the 23 people who spoke before the board voted on the austerity budget, about half were people - many retired and on fixed incomes and others with a small income - who requested that the board re-examine the budget and cut more out of it. Others, worried that the board would cut programs, athletics or extracurricular activities, spoke about the importance of a balanced curriculum that provided the widest range of programs.
Those who urged the board to approve the austerity plan pointed out that the past two years' budgets included tax increases below other districts' and that the one-year double-digit increase was an anomaly that would not be repeated next year.
"I think it's great that we have this forum where anyone that's in the East Ramapo community can speak," said Ronni Kass, 49, a district employee. "It helps to air opinions and maybe get a new perspective."
At the end, after a motion to table the measure for a week was not approved, the audience waited breathlessly as board President Nathan Rothschild called for a vote on the austerity budget.
East Ramapo has a nine-member school board; five members voting in favor of the austerity budget would ensure adoption. Solomon Akerman was absent.
As board members Suzanne Young-Mercer, David Resnick, Mimi Calhoun, Stephen Price and Akiva Feinsod raised their hands in support of the austerity budget, most of those in the audience jumped to their feet cheering.
The board also agreed to raise the fees for renting its building to cover the full cost, instead of the percentage that had been charged.
Oustatcher thanked the board for its support.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/5/2008 23:20 |
|
| |
מקעין, איך זע דו ביסט מקנא קרית יואל, און דו פרעגסט למה נגרע, וויל איך דיר מעלדן גוטע נייעס אז מען גייט פארקויפן גרויסע מעסערס אין דעם סאטמארן בית המדרש אויף 13 מאנסי, אז דער עולם זאל זיך קענען שטעכן אין רוקן און אזוי אפטאן דעם סקול באורד פאר'ן זיך אנפייפן אויף 6,500 מאנסיער אידן וואס האבן געשטימט קעגן דעם 11 פראצענטיגן טעקס העכערונג.
אזוי וועלן די מאנסיער אידן נישט דארפן מקנא זיין זייערע קרית יואל'ער ברידער, וואס האבן די גרויסע זכי' קומענדיגן וואך מיטוואך אריינצושטעכן א מעסער אין רוקן פון גאנץ סאטמאר, כדי אפצוטאן דוד עקשטיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/5/2008 23:28 |
|
| |
אכטונג: גערשל איז א זאלי, נישט פירן קיין דיבעטס מיט אים.
|
|
|
|
|