בית פורומים כל העולם כולו

פרישע אמעראצעס. ס"ג פ' בהעלותך אין ראדני.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/6/2008 02:59 לינק ישיר 
פרישע אמעראצעס. ס"ג פ' בהעלותך אין ראדני.

די זאלונים לייגן אריין אין די חתונה א גאנצע מעלאנע, אבער פארגינען נישט קיין לייטישן מלמד פאר זייער שטריקל.

מיילע, א גאנץ יאר אז דער מלמד מאכט א הענקי פענקי דזשאב, און חזר'ט נישט איבער קיין נארמאלע תורה מיט'ן סמיילי, גייט שוין מיט, ס'איז א דאך א גרינע הארעפאשנע וואך.

אבער יעצט ביי די מעכטיגע חתונה, ווען מיליאנען געסט קומען פון ארבע כנפות הארץ, און אלע רבנים קומען געבן דעם כתר מלוכה פאר דעם פירער פון "מלכות סאטמאר" און דעמאלטס זאל דאס שטריקל ווייטער מאכן ביזוי בזיונות, איז שוין צו א טייער פרייז צו צאלן פאר דעם נאכלעסיגן מלמד'ן.

די וואך ביי די גרויסארטיגע שבע ברכות, ביי שלוש סעודות תורה האט דאס שטריקל געזאגט א קרעפל תורה געבויט א פסוק אין משלי קאפיטל כ"ד פסוק כ"א. און דאס שטריקל האט נעבעך נישט געהאט קיין משלי מיט פינטעלעך, און האט פאלש אפגעלערנט דעם פסוק, און די געציילטע תלמידי חכמים אין שול האבן איינגענומען אזעלכע בזיונות אז די עבירות פון זיי און זייערע קינדער זענען זיכער נתכפר געווארן.

שלמה המלך זאגט אין משלי כ"ד כ"א
ירא את ה', בני, ומלך עם שונים אל תתערב.
ווער עס לערנט רש"י אדער קוקט נאר אין תרגום זעט זאפארט דעם פשט.
אונזער שטריקל נעבעך האט נישט געקענט אויסליינען דאס ווארט ומלך, און האט געמיינט אז ס'מאכט ומלוך מיט א חולם

אויף די אמעראצעס האט ער געבויט די גאנצע קרעפל תורה.

איינער אן ערנסטער תלמיד חכם האט זיך אנגערופן אז רז"ל פילאפף האט געגעבן זיין זון פאר א ריכטיגן בת עם הארץ מדאורייתא.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/6/2008 19:51 לינק ישיר 

דעקלעראציע

דער אשכול איז נישט געצילט ארויסצוברענגען זיין אמעראצעס. האסט נישט יורד געווען לסוף דעתי.

דער אשכול איז צו באוואונדערן די פארנאכלעסיגונג פונעם מלמד'ל, וואס מ'דארף אים פשוט גוט אנפראסקען, פאר'ן מאכן אזעלכע בזיונות פאר'ן גרויסן בעל מדות אין די וואך פון די זיין מעכטיגע מלוכה.

דאס איז א פלא.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/6/2008 19:59 לינק ישיר 

זעט אויס אז דער מאנראוער צדיק האט באשלאסן אז ער ווערט אן עם הארץ...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/6/2008 20:02 לינק ישיר 

דוד
דו מיזט זייער אנגעווייטאג פון זאלי פילאפ פאר'ן צעטרעטן זאלי טייטלבוים.

איך פארשטיי דאס אויך.
אבער ביטע פירקעל נישט אן יעדע אשכול מיט שטותים, האלט איין דיין ווייטאג. ס'וועט בעסער ווערן, אדער נעם די פילן. (וואס מ'האט געגעבן פאר'ן הייליגן ברך משה, פון תשנ"ח און ווייטער.

עיין קאורט פעיפערס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פרישע אמעראצעס. ס"ג פ' בהעלותך אין ראדני.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext