|
|
| נשלח ב-24/6/2008 01:07 |
|
| |
ברעיקינג ניוס: סאטמאר-מאנסי געקלאוזט אויפ'ן נייעם בנין ביהמ"ד ות"ת
זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2008 01:10 |
|
| |
טראץ די אלע שטערונגען און מסירות פון די חיימשונים, און טראצדעם וואס זיי האבן פרובירט צו געבן א גרעסערן אפפער און אוועקכאפן דעם בנין פון סאטמאר איז זיי עס פארט נישט געלונגען, און מיט גרויסע חסדים פון אייבערשטן האט מען יעצט מאנטאג נאכמיטאג געקלאוזט אויפ'ן בילדינג.
דער בנין באלאנגט יעצט אפיציעל פאר סאטמאר. יעצט וועט מען אנפאנגען איבערצובויען דעם בנין פאר'ן ביהמ"ד הגדול און אין נאנטן צוקונפט וועט זיך אנפאנגען די ארבעט פון אויפשטעלן דעם נייעם קרית ברך משה און אויך די תלמוד תורה וואס וועט געבויט ווערן אויפ'ן פלאץ.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2008 01:11 |
|
| |
דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס דער נייער מאנסיער-סאטמארער רב ציט זיך אריבער קיין מאנסי איבערצונעמען די כתר הרבנות. איין שמחה ברענגט די אנדערע.
צהלו ורוני יושבת מאנסי.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2008 01:15 |
|
| |
על הטוב יזכר ר' גדלי' סעגעדין, ווילידזש אדמיניסטרעטאר פון קרית יואל וואס איז נישט געשלאפן בייטאג און נישט ביינאכט ביז ווילאנג דער דיעל איז ענדליך דורכגעגאנגען.
ר' גדלי' האט איינגעשפאנט זיין לעגאלן עקספערטיז און אריינגעברענגט די לעגאלע כוחות צו פארזיכערן אז אלע מסירות און לעגאלע שטערונגען ווערן באזייטיגט און מען קען ענדליך צוגיין צום גמר המקח.
אין די זעלבע צייט דארף מען דערמאנען לטוב ר' יצחק ראזנבערג, דער סגן ראה"ק פון וויליאמסבורג וואס האט מקדיש געווען נפשו ומאודו צו העלפן פירן צום היינטיגן היסטארישן טאג.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2008 01:51 |
|
| |
..
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2008 02:03 |
|
| |
..
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2008 05:29 |
|
| |
און א באזונדערן דאנק פאר ר' מנחם גרשון לעבאוויטש וואס איז געווען שטארק אינוואלווד אין די קלאוזינג און געהאלפן פירן צו דעם היינטיגן טאג.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2008 05:34 |
|
| |
עס איז א וואך פון שמחות פאר סאטמאר-מאנסי. היינט קומט פאר די חתונה פונעם קינד פון ר' יצחק ברוך ברוין, א איד וואס מען קען זאגן אז ווען נישט אים וואלט מען נישט אנגעקומען וואו מען איז.
ר' יצחק האט אריינגעבלאזן האפענונג און חיזוק אין די סאטמארע ראה"ק און זיי נישט געלאזט אויפגעבן. ער איז אליינס געווען אינוואלווד אינעם מקח און איבערגעקוקט אלע פאפירן און געגעבן זיין הילף אויף אלע פראנטן.
א באס פון מאנסיער אידן זענען געקומען צו פארן צו די חתונה קיין מאנרא זיך צו באטייליגן אין די שמחה פון ר' יצחק ברוך ברוין.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2008 18:41 |
|
| |
דעם שבת קודש ווערט געפלאנט א גרויסארטיגן קידוש בהיכל בית מדרשינו אפצוגעבן א שבח והודיה צום באשעפער אז מ'האלט מיר שוין דא.
ווי פארשטענדליך, הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א וועט אנטיילנעמען בראש המסובים. די אטמאספארע אינעם גאנצן שטאט מאנסי, ובפרט סאטמאר'ע חסידים בכל מקומות מושבותיהם, זענען מוראדיג דערהויבן פונעם באשעפער'ס חסדים, וואס ווער ס'האט מיטגעהאלטן נאר אביסל פון דערנאנט, ווייסט ווי שווער דאס איז אנגעקומען, און לויטן כלל פון כל התחלת קשות, מוז זיין אז דער "אדמת קודש" וועט נאך ארויסגעבן לעכטיגע דורות נאמנים לד' ולתורתו הקדושה.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2008 18:45 |
|
| |
..

|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|