ישרים דרכי ה', צדיקים ילכו בם ופושעים יכשלו בם
אין די תורה שטייט ביידע, אמאל האקן אויף אזעלכע וואס מ'ברויך בלית ברירה האקן.
און אמאל פאלגן און מציית זיין צו די וואס זענען עומדים על מדון.
אזוי ווי וועסט זאגן, אז איינער וואס האט געלערנט אין ישיבת חתם סופר, און געהערט שארפע קנאות, קעגן אהרן חארינער אד"ג, האט זיך פון דעם ארויסגעלערנט, אז מ'מעג האקן אויף רבנים יראי ה', מה ענין שמיטה אצל הר סיני, פרעגט שוין רש"י.
מיט אלע טענות אויף רבנים, און מיט די מציאות פון געוויסע שוואכע רבנים, און מיט די ירידת הדורות פון די ערליכע רבנים, דארף מען נאך אלץ למען השם ית', אנהאלטן א רעספעקט, אויף די וואס פסק'נען שאלות אויף די הארבסטע ענינים, גיבן צו עסן כשר'ס, האלטן דרשות לעורר את העם צדק ומשפט, לערנען פאר שיעורים וכו'.
אז נישט, איז אלעס געענדיגט, אין מלך בישראל, איש הישר בעיניו יעשה.
דאס אז עס איז דא רבנים וואס זענען באמת נישט ראוי לישב על כסא, גיבט נאך נישט קיין היתר, ליצנות צו מאכן, און גענצליך אויסרייסן יעדע ערנסטקייט און תורה אוטאריטעט וואס אן ערליכער רב טראגט מיט זיך ביי אידן.
לא אלמן ישראל, נאך דא אידן וואס ווילן גיין אויפן אלטן וועג, און זענען נישט אינטרעסירט, אין די אלע עדיוקעישען ספיטשעס, מיט וואס מ'פיטערט דעם יוגענט, וואס גרעניצט זיך מיט השכלה ה"י.
אבער וואו קומט די גאנצע שמועס דא אריין, וואס האט דאס מיט גאנס?
אויב גאנס איז וואס העלפט דאס, קען דאך גאנס ערלעדיגן די גאנצע זאך אויך, ביידע זייטן קענען קריגן גאנס.
בכלל, דוד האט גע'הרג'ט גלית'ן, אן א סינגעל שאס, און אז א איד נעמט זיך דאס מסירת נפש, און נעמט אויף זיך, יעבור עלי מה, איך וועל בעזרת השם, טון אלעס אין די וועלט דאס אפצושטעלן, דאן ברויך ער נישט קיין גאנס.
 |
|
|