ארונישע בלאף איבער ביד"צ
ארונים זענען א באנדע שקרנים וזייפנים
קומענדיגן דאנערשטאג וועט אי"ה ערשיינען אין "דער איד" א הכחשה אין מחאה קעגן דעם משכילישן צייטונג "דער בלאט", ווען דער גאנצער בית דין צדק פון ירושלים עיה"ק ובראשם הגאב"ד שליט"א וועט מגנה זיין דעם "בלאט", פאר'ן שרייבן אז ביים זיצונג אין בית דין א' פרשת מסעי, וואו מען האט באהאנדלעט דעם ווילנא'ער בית החיים און אויסגעהערט די צוויי צדדים פון אתרא קדישא און וועד להצלת בתי עלמין באייראפה, זענען פארגעקומען מהומות און קולות, און בית דין איז געווען געצווינגען צו ווארענען דעם צד פון אתרא קדישא אז זיי וועלן מוז פארלאזן דעם מושב בית דין.
איינמאל פאר אלעמאל וועט נתגלה ווערן קלונם ברבים פון דעם שמוציגן משכיליש'ן טריפה'נעם צייטונג וואס איז שוין לאנג גע'אסור'ט געווארן דורך אלע רבנים, ובראשם הרה"ק בעל בירך משה זי"ע.
פון קראנטע קוועלער בין אים געוואויר געווארן אז די בית דין האט ארויסגעגעבן א שארפען בריוו קעגן דעם משכיליש'ן צייטונג.
דער בריוו איז שוין אונטערגעשריבן געווארן דורך גאנץ בית דין, און וועט אי"ה אפהיליכן יום ה' דברים הבעל"ט.
דאס איז דער פרייז פון א שקרן !
|
|