בית פורומים כל העולם כולו

ברעקינג: ברוקלין געריכט ווארפט ארויס אלע פארלאנגען פון די זאלי'ס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/8/2008 20:51 לינק ישיר 
ברעקינג: ברוקלין געריכט ווארפט ארויס אלע פארלאנגען פון די זאלי'ס

די קאורט אין ברוקלין האט היינט אינדערפרי ארויסגעווארפן אלע פארלאנגען וואס די זאלי'ס האבן אריינגעגעבן, ווי פירן די בית החיים, און אז נאר זיי מעגן זיך רופן קהל יטב לב אא"וו.


חסדי השם כי ללא תמנו כי לא כלו רחמיו.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2008 21:02 לינק ישיר 

איך בין אינגאנצען צעמישט,

וואס? ווען? וואו?
וועלכע קאורט?
וועלכע קעיס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2008 21:17 לינק ישיר 

פאפירן ביטע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2008 21:21 לינק ישיר 

אין קורצן: די אהרונים געווינען ווייטער...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2008 21:29 לינק ישיר 

איך האב די פאפירן, איך וועל עס ארויפלייגן ביז געציילטע מינוטן אי"ה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2008 21:30 לינק ישיר 

נישט ווייל מ'גייטעס קענען איינקעשן, אבער די קאורט שרייבט אין זיין דיסיזשען אז דעיס וואס די זאלי'ס טענה'ן אז באראש האט זיי געלאזט אין קאנטראל, און ווי אויך אז די ארדערס פון די אפעלאט דיוויזשען לאזט זיי אין קאנטראל, איז נישט אמת, ער שרייבט אז זיי האבן דעיס שוין געבעטן פון באראש און פון די אפיעלס קארט, און זיי האבן דאס ארויסגעווארפן, ער לייגט צו אז ס'ווערט נישט דערמאנט אין זייערע פעיפערס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2008 21:39 לינק ישיר 

וועט דער מאנראוער רבי פירן טיש אין ראדני די וואך?...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2008 21:39 לינק ישיר 

דוד מען גייט שוין גיין צי דין תורה אדער מען טאר נאך נישט ??????????????



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2008 21:43 לינק ישיר 

חיים לעזער גראס מיט שמואל דוד מארקאוויטש גרייטן זיך שוין צוריק איבערצונעמען דאס גבאות...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2008 21:52 לינק ישיר 

בערל550 כתב:
איך בין אינגאנצען צעמישט,

וואס? ווען? וואו?
וועלכע קאורט?
וועלכע קעיס?


הארט פאר די קארט אוו אפיעלס איז ארויסגעקומען מיט זייער דיסיזשען, האצעך דזשאסטעס שעק אפגעזאגט פון אלע קעיסעס וואס האט שייכות מיט סאטמאר, און אלע קעיסעס זענען אריבער געגאנגען צו דזשאסטעס עמבראזיאו,

איינע פון די קעיסעס, איז וואס די זאליס טענה'ן אז בערל פריעדמאן טאר זיך נישט רופן קאנג. ייטב לב, אויך איז געווען א קעיס וואס איז ארגינעל געווען ביי דזשאסטעס אוענס אין מאנעראו, און סאטמער האט עם געבעיטן אז זיי ווילן ארויסציען די קעיס און ער האט דאס נאכגעגעבן.

אבער ווען די זאליס זענען געקומען צו דזשאסטעס שעק, האטער (קאנסאלידעיטעד) צאמגעשטעלט אלע סאטמערע קעיסעס צו זיך און ער נישט געוואלט ארויסווארפן די קעיסעס.

נאכ די פסק פון די קארט אוו אפיעלס איז פארגעקומען א הירינג ביי אמבראזיאו, ווי די זאליס האבן געטענה'ט אז זיי זענען בעה"ב, און סאטמאר האט געטענה'ט אז קאורט טאר זיך נישט אריינמישן, לויט די פסק פון קאורט אוו אפיעלס.

פארשטייצעך אז אויפן וואגשאל איז געליגן די ביה"ח, וואס אויב זאל די קאורט זיך אריינמישן קענען די זאליס נאך פראבירן אוועקצונעמען די ביה"ח פון סאטמאר. און אויב נישט בלייבטעס ווי ס'איז.

און היינט איז ארויסגעקומען די פסק אז קאורט קען זיך נישט אריינמישן אין קיין שום סאטמערע אנלעגענהייטן, וואס לויט דעים קען סאטמאר זיך ווייטער רופן "קאנג. ייטב לב, און לויט דעים האט ר' בערל פריעדמאן לעגאל געמעיגט איבערשרייבן די ביה"ח



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2008 21:59 לינק ישיר 

אין קורצן:

ווי באקאנט האט די ניו יארק סטעיט סופרים קארט געאורלטיילט אז די סכסוך אינערהאלב די קהלה הייסט א רעלידזשעס אישו אין דערפאר קענען זיי זיך נישט אריינמישן אין זאגן ווער עס איז פרעזידענט, אין ווי ריכטער סמיט האט עס מפרש געווען אז דאס מיינט כל דאלים גבר, אין דערפאר זענען די זאליס נאר אין ראדני, אין די ארונים האבן קרית יואל בארא פארק מאנסי מאנטריאל לאנדאן אין בני ברק, און אין וומ"ס געפענט א נייע ביהמ"ד הגדול אויף הופער סטריט.

יעצט, אזוי ווי די ארונים זענען די בעלי בתים אין קרית יואל, אין אלע פעסילעטיס, האבן די זאליס פארפירט אז די ביה"ח זאל אויך געהערן פאר זיי , איי מען טאר זיך נישט מישן, אבער דאס איז נאר ווען מען קען מיט דעם קלאפן די ארונים, אבער אויב די זאליס ווערן געקלאפט דערמיט דעמאלטס מעג מען זיך יא מישן, הפנים זיי האבן געוואלט אז דער ריכטער זאל אויך אזוי פארשטיין, אין האבן פרובירט אויפציקלערן די ריכטער מיט נערישע טענות אז די ביה"ח איז א פעסילעטי פון וומ"ס במילא דארפן זיי בעל באתעווען דערויף, אין אויך אז די ארונים זאלן זיך נישט טארן רופן קהל יטב לב.

אבער ווי געזאגט בזכותו הגדול פונעם מייסד הקהלה כ"ק רבינו הגה"ק בעל דברי יואל זיעוכ"י איז בייגעשטאנען אין האט נישט ציגעלאזט אז די מהרסים אין מחריבים אין מוסרים (זאליס בלע"ז), זאלן באקומען שליטה אופן ביה"ח, הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו, ווייל איך דארף אייך נישט זאגן ווי אזוי כ"ו אב וואלט אויסגעקוקט ווען די מוסרים קליקע פארכאפן ווען דאס בעלות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2008 22:00 לינק ישיר 

דוד'ל, ווער מיר געוואויער אויב די מוסד יטב לב וואס ווערט געפירט דורך וואלערשטיין גייט האבן א בודקעלע ביים ציון הק' ?

פראביר אויך געוואויער צו ווערן ביז ווי רז"ל'ס אויטא מיט זיין גאנצער מאטעדארקע מיט לעלו'ס גייען אריינפארן. אין די פארגאנגענע יארן פלעגט ער פארן ביזן אוהל הק', פרעג זיך נאר אויף היי יאר וואס עס גייט זיין.

איך וועל פרעגן ר' חיים אליעזר און ר' שמואל דוד און די וועסט פרעגן שלום דייטש און משה וואלף קליין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2008 22:03 לינק ישיר 

י"כ מר, האקאבו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2008 22:08 לינק ישיר 

באקומען אין אימעיל אויף [email protected]

די קאורט פאפירן

http://www.mysatmar.com/docs/courtAug25.pdf





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2008 22:09 לינק ישיר 

עי דוד כהאב ניש באמערקט דיין פריערדיגע תגובה          זאג נאר דיין רבי האט געפירט טיש די וואך  ?    אויב יא וואס האט ער געזאגט  ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2008 22:13 לינק ישיר 


דוד'ל זאג נאר שיין ווי גייט הגז"ל פירן די יארצייט סעודה? ווייסט אפשר?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברעקינג: ברוקלין געריכט ווארפט ארויס אלע פארלאנגען פון די זאלי'ס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext