אין די בילד וואס די ברענגסט פין דארט איז א פאלשע בילד, אין די ראיה אז עס איז פאלש איז, אז ווען די וועסט SAVE
די בילד אויף דיין קאמפיוטער אין די וועסט עס עפענען מיט איינע פין די PICTURE PROGRAMS אין וועסט קליקען אויף PROPERTIES וועסטי זעין אז די בילד פין די מצבה איז שוין גענימען געווארען אין 2004 אין איז יעצט ציגעפיצט געוורען מיט די רויטע געשריבענע ווערטער,
מיין שאלה איז, האט די בריוו פין ב"ד די זעלבע פנים ווי די בילד?? די מחנווקא חברה דארפען וויסען אז מיט שקר וועלען זיי האבען די זעלבע פנים ווי די פאלסטינער, וואס טיען אויך פראפעגאנדירן מיט שקר אין מיטן פארדרייען די אמת
נשלח ב-26/8/2008 19:00
די בעלזא אין בחדרי חרדים פרובירן צו פארדעקן דעם עוולה, אין די ארץ ישראלדיגער המודיע האבן זיי אריינגעלייגט א מחאה אז בעלזא מחנובקע האט פארשעמט די ציון הקדוש.
נשלח ב-26/8/2008 19:10
איחוד,
פארוואס פארענפערסט די נישט די פאקט אז די בילד איז נאך גענימען געווארען אין 2004?
פארוואס ווען מען פארגרעסערט דעם בילד, זעיט מען קלאר אז עס איז א פוטו שאפ?
נשלח ב-26/8/2008 19:39
כנגד, איחוד האט נישט געזאגט אז די בילד איז פון יעצט אדער אז דער ספעציפישער אינצידענט איז פארגעקומען אין די טעג. עס איז גאר מעגליך אז עס איז טאקע אן אלטע בילד פון אן אלטע מעשה וואס האט פאסירט אין 2004.
איך זאג נאר השערות, וויבאלד איך ווייס טאקע נישט ווען עס האט פאסירט.
עניוועי, די בעלזא זענען געווען שרעקליכע מחוצפים, נישט פון היינט. ווער עס קען אביסל היסטאריע ווייסט אז אין בעלזא זענען געווען די גרעסטע רשעים.
נשלח ב-26/8/2008 20:00
גייט מיר גאנץ קנאפ אן ווער עס איז די געליטענער אין די שלעק דארט אין די בעלזע פאליטיק, כל זמן ענק ביידע גיין צו די בחירות זענט עטס סייווי ווידערשפעניגער אינעם השי"ת.
וואס מיר איז אינטערעסאנט, זייט ווען שרייבט מעדזשיק מארקער אזוי גוט אויף שטיינער? צום סוף האט עיר טאקע געטרייט צו ווייזן אז עס טראפט אראפ, נישטא ווער זאל לאכן...
די ענפער פאר די בריוו פין מרן גאב"ד דירושלים שליט"א וחברי הבד"ץ איז אנגעקומען די בעלזא האבן אריינגעלייגט א מחאה אקעגן זייער אייגענע בחורים אין המודיע ! מען האלט שוין ערגעץ !
היום בהמודיע וביתד.
נשלח ב-26/8/2008 23:25
איך האב נישט ליעב דעם בעלזער רב אבער איך געב אים שטארק קרעדיט פארן פארקוקען אין ארויס געבן אזא מחאה אקעגן זיינע אייגענע חיות כמעט קיין איין חסידות וואלט דאס נישט געטוהן,
נשלח ב-26/8/2008 23:55
איך האב גארנישט מיט בעלז אבער איך האב געהערט פין א וויליאמסבורגער איד מענדלאוויטש וואס איז געווען דארט אין בית החיים ביי די בעלז רביס ציון בשעת מעשה ער האט געזאגט אז אין סאטמאר איז אזונס קיינמאל נישט געווען
עס זינגען הונדערטער בחורים וכל קרני רשעים אגדע אין שרייען ניבול פה וואס א ביליגע גוי להבדיל שרייט ביים ציון . בשעת ווען אידן קומען פין די גאנצע וועלט אין וויינען ביים ציון פאר ישועות אין רפואות .
דער בעל הבית פין קליינס אייזקרים אין אמעריקע ר' ישכר דב קליין אין דער קליין האט זיך געבעטן בדמעות שליש אז מען זאל אים לאזן זאגן תהילים אין אז דאס ברענגט נישט קיין כבוד פאר בעלז האט אים א בחור געענפערט ווילסט דיך אננעמען ווייל זיין טאטע איז געווען א מכנובקער ..גיי קיין מכנובקע ווי דיין טאטע
נשלח ב-27/8/2008 01:10
ווי זאגט יענער... 'אבי נישט צווישן אידן...'
נשלח ב-27/8/2008 06:51
מעכטיגע בריוו פין כ"ק מרן אדמו"ר עט"ר שליט"א מבעלזא מחנובקא אין די לאנדענער בעלזער רב אין אנטווערפענער רב אין וויליאמסבורגער רב אין די רבני אנש אקעגן די מעשה נבלה,