זשוליאני האט געמאכט א חורבן פאר די רעפאבליקענס, פעלין האט לכאורה געסקארט עכט גוט די נאכט פאר זיך און פאר די פארטיי
די פאקט איז אז דעי עלעקשאנס גייט ווערן דיסיידעד ביי די אינדעפענדענטס, אזויווי אלע עלעקשאנס פון די לעצטע 20 יאר. די איינציגסטע טשענס וואס די רעפאבליקענס האבן איז דורך מעקעינס אפיעל צו אינדעפענדענטס די דעמאקראטן האבן עס גאנץ גוט פארשטאנען, און זייער קאנווענשאן האט גאנץ שטארק געטרייט צו אפיעלן צו אינדעפענדענטס, ספעשילי אבאמא אליינס זשוליאני האט גערעדט ווי א ווילדער משוגענער, א אינדעפענדענט וואס האט אים געהערט גייט זיך שוין נאכאמאל מוזן איבערטראכטן, ער צומאלט יעדע מעסעזש פון טשענזש וואס מעקעין טרייט אראפצושטעלן פעלין האט היפש פארוואסערט זיין ווילדקייט, מהאט געזען אז זי איז נישט קיין צו עקספיריענסד רעדנער, אבער זי האט סיי געמאכט די אימפרעשאן פון א "האקי מאם" וואס "פארשטייט" וואס זי רעט (ווען אבאמא האט גערעט פון דיטעלס האט עס אויסגעזען היפש פאלש און צוגעגרייט, זי איז טאקע אויך געווען צוגעגרייט אבער סהאט אויסגעזען אז זי האט עס ארויס און האלט ביי וואס זי זאגט) און די וויכטיגסטע האט זי גערעט ווי א פרעזידענט, פונקטליך וואס מהאט געוואלט איר זען טון אין מיינע אויגן האט זי געריטשט די ציל, זי האט זיך פארגעשטעלט פאר אמעריקע זייער פאזיטיוו און עלאקווענט, זי האט אויך גוט אריינגעפארן אין אבאמא אבער נישט צו ווילד יעצט ליגט אלעס אויף מעקעין
תוקן על ידי - פנחס_מיילך - 04/09/2008 7:01:36
_________________
נשלח ב-4/9/2008 07:46
איך האלט אז זשוליאני האט זייער גיט גערעדט אין גוט חוזק געמאכט פון עהה עהה אבאמא
פעלין האט גערעדט ממש צידערזאך און אויך גיט חוזק געמאכט פין די אבאמא
איך האב באמערקט אז ביי די דעמאקרעט קאנווענשן האט קיינער נישט געשאגט god bless america אדער i'm proud to be an american אין ביי די ריפאבליקענס האט יעדערגעענדיגט זייער ספיטש מיט די ווערטער god bless america אין מיט ראמני וואס האט אויך זייער גיט גערעדט היינט האט געזאגט:
"there was not a day that i were not proud of my country"
אין מישעל מיי בעל אבאמא האט געזאגט:
"for the first time in my adult life i'm proud of this country"אין דאס איז א בישה פאר די דעמאקרעטס.