בית פורומים כל העולם כולו

"דניאל סקוואדראן" פאר סטעיט סענאט!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/9/2008 20:59 לינק ישיר 
"דניאל סקוואדראן" פאר סטעיט סענאט!

דעם קומענדיגן דינסטאג, סעפטעמבער 9 וועט פארקומען קריטיש וויכטיגע פריימערי וואלן פארן 'סטעיט סאנאט' זיץ וואס נעמט אריין א גרויסן חלק פון אלט-וויליאמסבורג.

עס לויפט אויף דעים אמט א לאנגיאריגע געהילף פאר סענעטער שומער דניאל סקוואדראן, א יוד, מיט א געפיל פאר אלע וויכטיגע יודישע אישוס, ער קומט פון לאוער מאנהעטן, ער האט די שטיצע פון סענעטער שומער, ווי אויך, צוליב זיין זעלבשטענדיקייט, ווי ער האט זיך אלעמאל ארויסגעשטעלט ווען עס איז געקומען צו וויכטיגע אישוס, געניסט ער פון די שטיצע פון מעיאר בלומענבערג, און פון די אנדערע פאליטישע פירער.

מען בעיט דעם עולם זאל ארויסגיין ווייזן הכרות הטוב, און שטימען פאר דעם קאנדידאט וואס פייט און פארשפרעכט ווייטער צו ארבעטן פארן וואוילזיין פונעם היימישען ציבור.

געדענקט דעים קומענדיגן דינסטאג ליגט וויליאמסבורג'ס צוקונפט אין אונזערע הענט, גייט ארויס שטימען "דניאל סקוואדראן" פאר סטעיט סענאט!!!



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/9/2008 21:42 לינק ישיר 

אדמיראל, האסט פארגעסן פון די ראלי וואס גייט פארקומען דעם זינטאג אין וויליאמסבורג העכער די הייוועי אויף לי עוו.  אום 6:00 קומטס ארויס אין די מאסן!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/9/2008 23:41 לינק ישיר 

מיט וואס האט סקוואדראן זיך ארויסגעשטעלט לטובת אידישע אינטערעסן?


אינעם עדיטאריעל פון "די צייטונג" ברענגט ער גוט ארויס וואס פארא שייכות סקוואדראן האט צו אידישקייט...

און וואס פארא הכרת הטוב האבן מיר צו סקוואדראן? אדרבה, מארטין קאנער אלס פארטרעטער יארן לאנג דארף אונזער הכרת הטוב שטיצע.

בפרט ווען די גאנצע סקוואדראן קאמפיין איז א טייל פון צעיאר בלומבערג נקמה אקציע קעגן די דעמאקראטישע פירערשאפט אין די סטעיט גאווערמענט ווייל זיי האבן נישט געוואלט געבן א "כאפ לאפ" שטיצע פאר זיין קאנטראווערסיאלן קאנסעשן פלאן צו דארפן צאלן 8 דאלער אריינצוקומען קיין מאנהעטן וואס וואלט אפגעקאסט שווערע געלטער פאר חרדישע אידן וואס קומען ארבעטן קיין מאנהעטן.

אין תוך גערעדט, וואס האט וויליאמסבורג בכלל געהאט פון בלומבערג? ביי די מציצה בפה פרשה האט ער זיך אהערגעשטעלט, אבער דאס איז געווען במשך די ואל קאמפיין, און תיכף נאך די וואלן האט דער העלט קאמישאנער ארויסגעגעבן זיין ריפארט וואס האט פשוט חוזק געמאכט פון די פריערדיגע הבטחות פון מעיאר.

וואס האט וויליאמסבורג "יא" געהאט פון מעיאר בלומבערג? דאס איז די בייק לעינס, וואס טראץ די קעגנערשאפט פון די לאקאלע קאמיוניטי באורד מעמבערס, האט ער זיך אנגעפיפן און דירעקט יא באשטעטיגט די לעינס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/9/2008 00:11 לינק ישיר 


די מעלה פון דניאל סקוואדראן איז:
מלא חן
פיל מיט ענערגיע
א שארפע מוח
מיט א קאמאן סענס
פון די טשאק שומער חדר וואס ווער עס איז באקאנט ווייסט צו זאגן אז דארט דארף מען קענען ארבעטן





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/9/2008 00:14 לינק ישיר 


אדרבה! וואס איז די הכרת הטוב ? זאגט איין זאך וואס קאנאר האט דערליווערט ?
וואוט פאר א נייעם ענערגישן פארטרעטער פון וויליאמסבורג!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/9/2008 00:37 לינק ישיר 

מיט וואס האט סקוואדראן זיך ארויסגעשטעלט לטובת אידישע אינטערעסן?

דניאל סקוואדראן ארבעט שוין יארן פאר סענאטאר שומער לטובת אידישע אינטערעסן, יעדע קאמיוניטי וואס שומער האט באזיכט (חוץ וומ"ס ווי יעדער פארשטייט) קען דעם דניאל
אינעם עדיטאריעל פון "די צייטונג" ברענגט ער גוט ארויס וואס פארא שייכות סקוואדראן האט צו אידישקייט...
ווייל אלבערט פריעדמאן שרייבט, א יחיד וואס איז א פערזענליכע פרענט פאר קאנאר (און א פאר $$ עדס כדרכו)
און וואס פארא הכרת הטוב האבן מיר צו סקוואדראן? אדרבה, מארטין קאנער אלס פארטרעטער יארן לאנג דארף אונזער הכרת הטוב שטיצע.
וואס האט מארטי קאנאר געטוהן ? וואס טוט ער אלץ לאנגער פארטרעטער?
בפרט ווען די גאנצע סקוואדראן קאמפיין איז א טייל פון צעיאר בלומבערג נקמה אקציע קעגן די דעמאקראטישע פירערשאפט אין די סטעיט גאווערמענט ווייל זיי האבן נישט געוואלט געבן א "כאפ לאפ" שטיצע פאר זיין קאנטראווערסיאלן קאנסעשן פלאן צו דארפן צאלן 8 דאלער אריינצוקומען קיין מאנהעטן וואס וואלט אפגעקאסט שווערע געלטער פאר חרדישע אידן וואס קומען ארבעטן קיין מאנהעטן. 

דניאל סקוואדראן לויפט שוין באלד א יאר, בלומבערג האט זיך צוגעשטעלט צו איהם נישט פארקערט, און לגבי מציצה זאלסטו שרייען אויף נידערמאן וואס וואו באקאנט האט די וואלן גארנישט געהאט מיט מציצה נאר זייער אייגענע אגענדא, כדי צו געינען ביי בלומבערג זייערע טאשן האבן זיי געמיזט דערליווערן וואוטס און כדי דער ציבור זאל וואוטען האט מען געשריגן א וואלף, יעדער איז אנגווייטאגט דערויף און עס איז זייער גוט צו זעהן אפילו נידערמאן שטיצער פארשטייען אז בלומבערג האט גארנישט דערליווערט און תוך כדי דיבור מיינט דאס אז "נידערמאן האט גארנישט דערליווערט פון בלומבערג פאר וויליאמסבורג" מיר האלטן אויך אזוי

אין תוך גערעדט, וואס האט וויליאמסבורג בכלל געהאט פון בלומבערג? ביי די מציצה בפה פרשה האט ער זיך אהערגעשטעלט, אבער דאס איז געווען במשך די ואל קאמפיין, און תיכף נאך די וואלן האט דער העלט קאמישאנער ארויסגעגעבן זיין ריפארט וואס האט פשוט חוזק געמאכט פון די פריערדיגע הבטחות פון מעיאר.
קוק פריער
וואס האט וויליאמסבורג "יא" געהאט פון מעיאר בלומבערג? דאס איז די בייק לעינס, וואס טראץ די קעגנערשאפט פון די לאקאלע קאמיוניטי באורד מעמבערס, האט ער זיך אנגעפיפן און דירעקט יא באשטעטיגט די לעינס.

בייק לעינס האט די קאמיוניטי בארד צו אונזער שאנדע אפראווד! יא יא !
די גאנצע מעשה אז מען האט נישט געוואוסט איז שוא ושקר! 
און בארא פארק האט מען נישט געמאכט קיין בייק לעין, פארוואס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/9/2008 00:43 לינק ישיר 


איך בין אביסעל דיסאפוינטעט אין יו זשעי קעיר מיט זייער אינדארסמענט אין איך וויל פארשטיין וואס גייט דא פאר.

וויפיל איך האב מיט געהאלטן די לעצטע פאר יאר איז סטעיט סטנטאר מארטי קאנער געווען גרייט אייביג צו ארבעטן מיט יעדן איינם, אין געקוקט אויף אונזער זייט ווען קיינער האט נאכנישט געקוקט אויף אונזער זייט, ער איז אלס געווען דא גרייט צי העלפן א יעדן איד נישט קיין חילוק פין וועלכע חסידות ער איז... אין זיך נישט דעשראקען פין די העצערייען פין נידערמאן וקאמפעני, איז ווי איז אונזער הכרת הטוב? פאר וואס זאל איך שטימען פאר איינעם וואס איך קען נישט אין ווייס נישט וואס ער וועט זיין ווען עס איז דא א איקאמבענט וואס האט געטוהן פאר אונז זייער א סאך.

אין אויב ווילסטו מיר זאגן אז מעיאר בלומבערג האט געבעטן אז מען זאל אים אינדארסען, וויל איך וויסן וואס זענען מיר שולדיג פארן מעיאר (חוץ צי באצאלען פאר די פארקינג טיקעטס, העכערע טעקסעס, ציגערעטאן פרייזן, אין אויב גייט עס ווען זיין וועג וואלטן מיר געצאלט $8 פארן אריינפארן אין מאנהעטאן יעדן טאג), אין די בייק לעינס ועל כולם האט ער געוואלט מבטל זיין ח"ו מציצה בפה. סא איך ווייס נישט וואס מיר זענען שילדוג פאר אים, איר געדענק נאך הערסאן פלעיס???


יעצט צי די צווייטע זייט זיי האבן אינדארסט קאנגרעסמאן עד טאנס, ווייסט איינער וואס עד טאנס האט שוין דיליווערט פאר זיין דיסטריקט אין די לאנגע יארן וואס ער איז שוין אויף זיין בענקעל, (איך רעדט שוין נישט וואספארא ליצנות ער איז אין קאגרעס פאר זיין טיפשות, איר ווייסט אז אפי' יעצט ווען זיין פארטיי איז אין פאער, איז ער נישט אויף קיין איין וויכטיגע קאמיטי) איין זאך וואס ער האט געטוהן פאר ווילי די אלע יארן ער האט אויסגעהאלטן א וויליאמסבורגע ארימאן (ליין.. עושר) משה דוד נידערמאן אויף זיין פעראל, אין נידערמאן האט אים אין טאש.

אין נאך מער ווען אלע פאליטישאן'ס האט שוין איין געזען אז וויליאמסבורג האט נישט נאר איין פארטרעטער, אין נידערמאן פארטרעט נישט וויליאמסבורג, איז ער נאך געווען פין די אייציגסטע וואס האבן עס נישט געוואלט איין זעהן? ווייס איר אז נאך לעצטענס האט ער געדארף האבן מיטונג מיט יו זשעי קעיר פארשטייער, אין און די לעצטע מנוט האט עס זיין סטעף... געקענסעלט (אזוי זאגט ער אז ער האט נישט געוויסט). יא ער איז נידערמאן אין נידערמאן איז ער.

אין יעצט ווען ער שטייט אויס פאר א שווערע ריעלקשאן, איז ער געקומען צי לויפן, אין ער האט זיך אויפגעוועק פין די רעגאסטרעשאן דרייוו, אז מיר לעבן ווי איז ער געווען ביז יעצט, אין ווער זאגט אז נאך די וואלען אויב ער געווינט (ח"ו), וועט ער זיך ווייטער נישט וויסענדיג מאכן פין אונז? יעצט לאז אים נידערמאן קומען צי אונז ווייל ער דארף אים האבן כדי צי באקומען ווייטער פעראל פין אים.

צו ווייסט איר אז ווען מען האט געהעכערט די רענט'ס אין בעדפארד גארדענס, איז ער נישט געווען צי באקומען, אבער אין א אנדערע דיסטריקט אין קאני איילענד ווען איינער האט געוואלט אפקויפן אזא מין גאוועמעט פראדשעקט ווי בעדפארד גארדענס, איז טאנס דארט געווען אין פארפירט אז מען וועט העכערן די רענט'ס. ווייסט איינער די חילוק ? איין תירץ איז דא אז קראוס מענעדשמענט (בעדפארד גארדענס) באצאלט פאר אים אין פאר איינער נידערמאן וואס איז אויף זיין סטעף.

על כן וויל איך פארשטיין פארוואס זאל איך שטימען פאר אזא איינער וואס דארף אונז נישט נאר ווען ער האט א שווערע ריעלקשאן'ס, מיר זענען נישט קיין קעלבליך אז מיר זאלען גיין שטימען פאר וועם איר ווילט, מיר האבן קשוית אין מיר ווילן פארשטיין פארוואס מיר זאלן שטימען פאר די קאנדידאטן וואס יו זשעי קעיר האט אינדארסט, ביי מיר איז עס א עולם הפוך ראיתי. אפשר קען מיר איינער מתביר זיין וואס דא גייט פאר??






נ.ב. עס טוט מיר וויי אז איך דארף זיין אויף איין זייט מיט דוד'ל







דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/9/2008 01:24 לינק ישיר 

יודל'ע


מיר טוט נישט וויי צו זיין אויף איין זייט מיט דיר אדער אן אנדערער אהרוני ווען די פאקטן זענען בולט.

די הויפט שאלה שטעלט זיך דא: איז דא איין מענטש וואס קען זאגן אז ר' משה דוד האט אים "נישט" געוואלט העלפן צוליב די אינערליכע פאליטיק????

אדרבה, יעדער קען זיך איבערצייגן וויאזוי "יעדער" איד פון אלע שיכטן אוןק רייזן ווערן ארוסיגעהאלפן — אדער לכה"פ מען פרובירט צו טאן וואס מען קען אים צו העלפן — אין די אפיסעס פון יו.דזשעי.א.

איך פארשטיי אז די אהרונים קענען נישט צוקוקן אז ר' משה דוד באלאנגט נישט צו זייער זייט, אבער דאס גיט זיי נישט קיין בארעכטיגונג אים צו באשמוצן ווי דער וועלטס–פארברעכער. איר ווילט האבן אייגענע עסקנים, בכבוד גדול!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/9/2008 01:29 לינק ישיר 

דוד46 כתב:

.

די הויפט שאלה שטעלט זיך דא: איז דא איין מענטש וואס קען זאגן אז ר' משה דוד האט אים "נישט" געוואלט העלפן צוליב די אינערליכע פאליטיק????

אדרבה, יעדער קען זיך איבערצייגן וויאזוי "יעדער" איד פון אלע שיכטן אוןק רייזן ווערן ארוסיגעהאלפן — אדער לכה"פ מען פרובירט צו טאן וואס מען קען אים צו העלפן — אין די אפיסעס פון יו.דזשעי.א.



דוד'ל

ענטפער אויף איין זאך מיט וואספארא רעכט איז נידערמאן געלאפן צים ניו יארק פאוסט יולי 14 2008

די תירץ איז ווייל ער וויל העלפן , וועמען וויל ער העלפן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/9/2008 01:41 לינק ישיר 

צום ערשט עס זעהט אויס די פארשטייסט דעם עסק במילא וועסטו פארשטיין וואס דא טוט זיך

 

איך בין אביסעל דיסאפוינטעט אין יו זשעי קעיר מיט זייער אינדארסמענט אין איך וויל פארשטיין וואס גייט דא פאר

 

יו זשעי קעיר אינדארסט נישט אבער די מיינסט זייער פירער אוודאי


וויפיל איך האב מיט געהאלטן די לעצטע פאר יאר איז סטעיט סטנטאר מארטי קאנער געווען גרייט אייביג צו ארבעטן מיט יעדן איינם, אין געקוקט אויף אונזער זייט ווען קיינער האט נאכנישט געקוקט אויף אונזער זייט, ער איז אלס געווען דא גרייט צי העלפן א יעדן איד נישט קיין חילוק פין וועלכע חסידות ער איז... אין זיך נישט דעשראקען פין די העצערייען פין נידערמאן וקאמפעני, איז ווי איז אונזער הכרת הטוב? פאר וואס זאל איך שטימען פאר איינעם וואס איך קען נישט אין ווייס נישט וואס ער וועט זיין ווען עס איז דא א איקאמבענט וואס האט געטוהן פאר אונז זייער א סאך.
וויפיל די האסט מיט געהאלטן איז זייער גוט, וויפיל די האסט נישט דאס איז די שאלה
אין אויב ווילסטו מיר זאגן אז מעיאר בלומבערג האט געבעטן אז מען זאל אים אינדארסען, וויל איך וויסן וואס זענען מיר שולדיג פארן מעיאר (חוץ צי באצאלען פאר די פארקינג טיקעטס, העכערע טעקסעס, ציגערעטאן פרייזן, אין אויב גייט עס ווען זיין וועג וואלטן מיר געצאלט $8 פארן אריינפארן אין מאנהעטאן יעדן טאג), אין די בייק לעינס ועל כולם האט ער געוואלט מבטל זיין ח"ו מציצה בפה. סא איך ווייס נישט וואס מיר זענען שילדוג פאר אים, איר געדענק נאך הערסאן פלעיס???
נאכאמאל די אינדארסמענט האט נישט מיט בלומבערג, הגם עס קען זיין ער איז זייער צופרידן, אויך נאכאמאל מציצה איז ביי קיין שום ערענסטע ארג געווען א סכנה מיר קוקען נישט דערויף, און בייק לעין קענען מיר שרייען ווען די היימישע אידן האבן געוואוט דערויף?
אויב די ווילסט גיין ביי אינדארסמענט, איז קאנאר ארומגענימען מיט פערזענליכע שונאים פאר די עקזיטענץ פון אלע סאטמארע אידן

אנגעהויבן ביי נידערמאן, ארכי רשע לאפעז ימ"ש, ווילי ראפ-פויגל ועוד,,,


יעצט צי די צווייטע זייט זיי האבן אינדארסט קאנגרעסמאן עד טאנס, ווייסט איינער וואס עד טאנס האט שוין דיליווערט פאר זיין דיסטריקט אין די לאנגע יארן וואס ער איז שוין אויף זיין בענקעל, (איך רעדט שוין נישט וואספארא ליצנות ער איז אין קאגרעס פאר זיין טיפשות, איר ווייסט אז אפי' יעצט ווען זיין פארטיי איז אין פאער, איז ער נישט אויף קיין איין וויכטיגע קאמיטי) איין זאך וואס ער האט געטוהן פאר ווילי די אלע יארן ער האט אויסגעהאלטן א וויליאמסבורגע ארימאן (ליין.. עושר) משה דוד נידערמאן אויף זיין פעראל, אין נידערמאן האט אים אין טאש.
עד טאונס שרייעט אז ער איז יא א מענטש, ער העלפט אסאך און טאקע זיין נישט מבינות מאכט איהם העלפן ווען אנדערע שטייען אוועק, לגבי די מיטינג האט ער געטון וואס קיינער טוט נישט אזא צייט ער האט געפייערט דער וואס איז שילדוג ער האט א נייעם טשיף אף סטעף און עס איז אינגאנצן 2 יאר וואס ער קען באמת ברענגן (באמת איין יאר), ער איז און די מעזשאריטי ער האט סיניאריטי עס איז א גרויס אחריות וואס אפילו דער נייער וועט זיין בעסער וועט ער נישט קענען ברענגן א פערטל, דאס וואס נידערנאן טראגט איהם אריין און שמיץ וואו ער וויייסט נישט דארף מען איהם מודיע זיין (און עס איז נישטא צו רעדן וואס מען דארף טוהן)
אין נאך מער ווען אלע פאליטישאן'ס האט שוין איין געזען אז וויליאמסבורג האט נישט נאר איין פארטרעטער, אין נידערמאן פארטרעט נישט וויליאמסבורג, איז ער נאך געווען פין די אייציגסטע וואס האבן עס נישט געוואלט איין זעהן? ווייס איר אז נאך לעצטענס האט ער געדארף האבן מיטונג מיט יו זשעי קעיר פארשטייער, אין און די לעצטע מנוט האט עס זיין סטעף... געקענסעלט (אזוי זאגט ער אז ער האט נישט געוויסט). יא ער איז נידערמאן אין נידערמאן איז ער.
יא, אזוי? ווייסט ווער עס פייט פאר קאנאר די מערסטע ? ווער עס האט געצוואונגען נידערמאן צו וואוטען פאר קאנער ? וויטא לאפעז דער גרעסטער שונא ישראל! לאנג יעריגער ארכי שונא פאר וויליאמסבורג! האט דער קאנאר אמאל געזאגט פאר דעם לאפעז וויליאמסבורג איז נישט קאנטראלעד ביי א מאפיא? האט ער ביי עני טשענס אמאל געקומען ערגעטץ ?


אין יעצט ווען ער שטייט אויס פאר א שווערע ריעלקשאן, איז ער געקומען צי לויפן, אין ער האט זיך אויפגעוועק פין די רעגאסטרעשאן דרייוו, אז מיר לעבן ווי איז ער געווען ביז יעצט, אין ווער זאגט אז נאך די וואלען אויב ער געווינט (ח"ו), וועט ער זיך ווייטער נישט וויסענדיג מאכן פין אונז? יעצט לאז אים נידערמאן קומען צי אונז ווייל ער דארף אים האבן כדי צי באקומען ווייטער פעראל פין אים.
נידערמאן דארף נישט זיין פעיראל, ער מאכט מיליאנען א יאר אויף אונז און ער פרובירט שוין צוקומען צו UJCARE א האלב יאר נאר מען האט איהם נישט געוואלט אויפנעמען
צו ווייסט איר אז ווען מען האט געהעכערט די רענט'ס אין בעדפארד גארדענס, איז ער נישט געווען צי באקומען, אבער אין א אנדערע דיסטריקט אין קאני איילענד ווען איינער האט געוואלט אפקויפן אזא מין גאוועמעט פראדשעקט ווי בעדפארד גארדענס, איז טאנס דארט געווען אין פארפירט אז מען וועט העכערן די רענט'ס. ווייסט איינער די חילוק ? איין תירץ איז דא אז קראוס מענעדשמענט (בעדפארד גארדענס) באצאלט פאר אים אין פאר איינער נידערמאן וואס איז אויף זיין סטעף.
די ענטפער איז אז ער האט דראסטיש געטוישט סטעף
על כן וויל איך פארשטיין פארוואס זאל איך שטימען פאר אזא איינער וואס דארף אונז נישט נאר ווען ער האט א שווערע ריעלקשאן'ס, מיר זענען נישט קיין קעלבליך אז מיר זאלען גיין שטימען פאר וועם איר ווילט, מיר האבן קשוית אין מיר ווילן פארשטיין פארוואס מיר זאלן שטימען פאר די קאנדידאטן וואס יו זשעי קעיר האט אינדארסט, ביי מיר איז עס א עולם הפוך ראיתי. אפשר קען מיר איינער מתביר זיין וואס דא גייט פאר??


ער האט בתמימות געהאלפן, און קען העלפן,  ער איז שוין יארן לאנג און יעצט ווען מען דארף זעהן זיין פאוער און די סיניאריטעיט ווארפט זיך נישט אזוי

זיין רעיס איז נישט אזוי טייט, און די קרעדיט פון אנפאנג זימער פאר UJCARE פארן אריינברענגן דעם פאוועל און אידישע געגענט, כאטש די היעט פון אסאך אידישע ארגאניזאציעס


נ.ב. עס טוט מיר וויי אז איך דארף זיין אויף איין זייט מיט דוד'ל

עס זאל דיר וויי טוהן ווייל צו סעקאנד געסאן איז אלץ גרינג




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/9/2008 01:50 לינק ישיר 

עטץ פארשטייטס אידיש?
משה דוד נידערמאן האט אנגעהויבן א ריב לא לו
נישט נאר גע'גנב'ט 500 - 498 בעדפארד - נישט נאר ארויסגעווארפן 7-8 אהרונים פון בארד - נישט נאר גענומען אלע אהרונישע סיגנעטשורס פון מציצה פאר בלומבערג - נישט נאר געשיקט בריוו פאר US גאווערמענט קעגן הרב  א שלעזינגער
נאר: אינטערווינט ווי ער קען נאר, אויסצוטיילן צרות יגון פאר יעדן פערזאן וואס האלט אנדערש ווי זיין השקפה וויל פאר וויליאמסבורג
יא, עס איז א פאקט
היכי תמצא: און ק"י פירט זיין זוהן די מערכה, נאר אלעס צו ציברעכן מען דארף צוויי און דאהי שרייעט ער אליין מען טאר נאר איהם





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/9/2008 01:56 לינק ישיר 

עטץ ווילסט נישט פארשטיין UJO קען נישט דיסקרימינירן ביי LAW
מעדיקעיד און פאד סטעמפ האבן מיליאנען גוים עס איז נישט קיין דערליווערי, און גרויס נייעס, ער מאכט אויף יעדן געלט ער איז ווי א ביזנעס
G&G דיסקרימינירט אויך נישט ער איז און ביזנעס, ועל כולם קומט איינער און זאגט אז ער האט נישט געוואלט העלפן ווערט ער פארשפארט
לאמיר זעהן: דער איד האט געבויעט א פראיעקט פון 350 דירות וואס 39 זענען אידן, אזא סערוויס? עס פלאמט פאר בושה
פון די שפאנישע און די ערגסטע צייטן האבן מיר באקומען מער





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/9/2008 02:02 לינק ישיר 

אין קרית יואל האט דער ווילידזש יארן לאנג דיסקרימינירט און דירעקט אונטערגעבראכן יעדן יחיד וואס איז נישט געווען מיט זייער פארטיי, און בחסדי השם האט מען זיך אליין געשטעלט אויף די פיס.


דאהי האט קיינער נישט דיסקרימינירט קעגן סיי וועלכן יחיד.

מיט דעם אלעם זעה איך נישט קיין פעלער אויב די אהרונים ווילן מאכן שבת פאר זיך. אבער אז זיי מוזן אראפרייסן דער וואס טוט שוין יארן, איז א באווייז אז זיי זענען אין פאניק. 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/9/2008 02:04 לינק ישיר 

דוו'ל
יולי 14 2008 ווייזט ווער עס איז פאניק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/9/2008 02:34 לינק ישיר 

מר. סקוואדראן, FYI איך ווייס נישט ווי די וואוינסט, אבער אין וויליאמסבורג איז דא גרויסע פלאקאטן פון UJCARE אז זיי אינדארסירען דניאל סקוואדראן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/9/2008 04:29 לינק ישיר 

דוד46 כתב:

דאהי האט קיינער נישט דיסקרימינירט קעגן סיי וועלכן יחיד.
. 



דוד'ל חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > "דניאל סקוואדראן" פאר סטעיט סענאט!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext