צענדליגער טויזענטער וועלן ארויס גיין מאסנווייז שטימען פאר די קאנדידאטן וועלכע ווערן אינדארסירט דורך די עסקנים בצורכי ציבור באמונה, עסקנים וועלכע וועלן דינען די אינטערעסן פון אלע קהילות קרייזן א.א.וו. צוגלייך, און נישט שפילן קיין פאליטיק, שוין עטליכע יאהר וואס עס עקזיסטירט א ארגאניזאציע, בעסער געזאגט א "שפילצייג" מיטן נאמען UJO וועלכע ווערט געפירט דורך עטליכע וועלכע פארמאגען איין ציל, און דינען בלויז איין ציל שוין פילצאליגע יאהרן, די וואס שטייען אין שפיץ פארמאגען אייגענע מיינונגען און אינטערעסן, זיי געהערן צו א געוויסע לאגער וועלכע האט מיט 9 יאהר צוריק געברענגט חורבן אין אידישקייט, אריינגעריקט א מעסער אין די רוקן ביין פון סאטמאר, און זיי גייען ווייטער אין די וועגען פון זייערע געהילפן וועלכע שטייען ביים רידער פון טעראר און פארניכטונג, און טוהן דאס אויסנוצן שטייענדיג אין שפיץ פון דער ארגאניזאציע יו-דזשעי-או וועלכע וואלט געקענט ברענגען פארשידענע סערוויסעס פאר טויזענטער אידן פון אלע קרייזן און שיכטן, אבער ארויסגעשטעלט האט זיך אז דער ארגאניזאציע איז גענויגט בלויז צו איין צד, און מען דערליווערט נישט פארן כלל צוגלייך, נאר בלויז פאר יענער לאגער ווען עס קומט צו אינטערדרוקן און אינטערברענגען כל הקודש לנו, און ווען עס קומט צו באגראבן די פילצאליגע אויפטוהן פון די ערליכע בסאטמאר'ע ראשי הקהילה און עסקנים לשם שמים.
אצינד איז אבער געקומען א שיין פון האפפענונג מיטן גרונדונג פון די וועלט בארימטער ארגאניזאציע יו-דזשי-קעיר וועלכע איז געגרינדעט געווארן און ווערט אנגעפירט דורך א שטאב פון עטליכע עסקנים און וועלט-בארימטע כלל טוער, וועלכע ברענגען שוין א ענדע צו דער קארופציע וואס הערשט שוין אין די לעצטערע יאהרן, יו-דזשעי-קעיר ברענגט סערוויסעס פאר אלע שיכטן און קרייזן און קהילות צוגלייך אפגעזעהן וואספארא מיינונג ער האט בנוגע די חורבן וואס די יחידים שהשתלטים על הציבור האבן אנגעזייעט.
עס איז דערקענבאר ביי אלעמען די אויסטערלישע פרייד און צופרידענקייט איבער די געגרינדעטע ארגאניזאציע וואס און איר קורצע צייט פון איר עקזיסטענץ האט שוין דערליווערט פארשידענע סערוויסעס, און אויפגעטוהן לטובת הכלל והפרט, און אין די ביורא פון יו-דזשעי-קעיר ליגט איצט אויפן טיש נאר הינדערטער פלענער וועלכע שטייט גרייט געברענגט צו ווערן אין רעאליטעט, יו-דזשעי-קעיר איז א הילכיגער מעסעדזש פאר די אלע יחידים וועלכע טוהן מיטן ציבור וואס די מצב אין זייער לאגער פארלאנגט זיך, עס איז געקומען א ענדע צו די לאנג-יעריגע קארופציע וואס די יחידים פרובירן אריינצוברענגען אין די פאליטישע קארידארן און עס ערווארטעט מיט הילף פונעם רבש"ע פרישע סערוויסעס און הינדערטער אויפטוהן וועלכע וועט בעזר השן האבן א ווייט-גרייכענדע אפקלאנג אין די פאליטישע קארידארן ווי די פאליטישאנס וועלן קלאר זעהן ווער עס זענען די אמת'ע געטרייע שליחו ציבור, און כלל טוער וועלכע פארמאגען נישט קיין פריוואטע נגיעות.
אין די מינוטן ווערט אפגעהאלטן א מאסן ראלי פאררופן דורך יו-דזשעי-קעיר מיט די באטיילוגונג פון טויזענטער אנ"ש ווי צענדליגער פאליטישע פיגורן וועלן אויפטרעטן.
עס איז ערווארטעט אז די צענדליגע טויזענטער אנ"ש וועלן ארויסקומען שטימען אין די מאסן צו די שטום בודקעס, אין דער גורל'דיגער טאג ספטעמבער דעם 9'טן.
 |
|
|